מאַרץ און אַפּריל 2024. קומעדיקע אונטערנעמונגען, נײַעס

כאָטש לעצטנס איז ייִדיש.בערלין געװען װײניקער אַקטיװ װי אַן אָפֿיציעלע (דאָס הײסט, באמת גאָר אומאָפֿיציעלע) גרופּע, איז די דעצענטראַליזירטע ייִדיש־סבֿיבֿה אין בערלין פֿאָרט שפּרודלדיקער װי תּמיד.

עס קומען באַלד פֿאָר אין אונדזער שטאָט אַ גאַנצע רײ אונטערנעמונגען מיט אַ שײַכות צו ייִדיש ׃

אַ חוץ דעם װילן מיר מעלדן עטלעכע נײַעס װעגן די אַנטװיקלונגען אין דער דאָיקער ייִדיש־סבֿיבֿה׃

  • לעצטנס האָט דער פֿאָרװערטס אַרױסגעגעבן אַן אַרטיקל אױף ענגליש װעגן דעם בערלינער ייִדיש־שמועס־קרײַז „שמועס און װײַן“. באַלד פֿײַערט מען די פֿופֿציקסטע טרעפֿונג. דער „גבאי“ פֿון שמועסקרײַז, דזשײק שנײַדער, האָט געמאַכט אַ רעפֿעראַט מיט עצות װי אַזױ צו גרינדן און אױפֿצוהיטן אַזאַ קרײַז, געשטיצט פֿון קלעז־קאַליפֿאָרניע (פֿאַראַן אַ רעקאָרדירונג אױף יוטוב). מע האָט אים אױך אינטערװיויִרט פֿאַרן פּאָדקאַסט „פּראָסטע ייִדיש“ אױף, נו, פּראָסטן ייִדיש.
  • די מיטגלידער פֿון אַ נײַער ייִדיש־שרײַבקרײַז, קאָאָרדינירט פֿון קאַטערינאַ קוזנעצאָװאַ, טרעפֿן זיך אַלע צװײ װאָכן כּדי אַרומצורעדן זײערע אײגענע לידער. פֿאָרגעלײען האָבן זײ אױך די נײַע װערק בײַם לאָנדאָנער „ייִדישן אָפֿענעם מיקראָפֿאָן־קאַפֿע“ און אױף אַ פֿאָרלײענונג אַן אָרגאַניזירטער פֿון בית־לײװיק צום אָנדענק פֿון משה דוד גיסער.
  • דער לאַנגיאָריקער לײענקרײַז, אָרגאַניזירט פֿון אַרנט בעק, װידמעט זיך װײַטער אונדזער בערלינער זײדן אַבֿרהם נחום שטענצלען. נישט נאָר לײענען די אָנטײל־נעמערס זײַנע לידער יעדן זונדיק, נאָר זײ זעצן אױך איבער עטלעכע פֿון זײ אױף פֿיר שפּראַכן.

מע האַלט אין מיטן שאַפֿן אַ קלײנטשיקע ביבליאָטעק מיט ביכער אױף און װעגן ייִדיש אונטערן נאָמען „דאָס בערלינער טשעמאָדאַן ביבליאָטעקל“. נאָך אַ ספּאָנטאַנער אַקציע צו שאַפֿן געלט (איר קענט נאָך אַלץ געבן צדקה דאָ) זענען דרײַ פֿון אונדז געפֿאָרן קײן האַמבורג פֿאַר אַ ביכער־יאַריד פֿון דער שלמה־בירנבױם־געזעלשאַפֿט. צום סוף זענען מיר יאָ אַהײמגעפֿאָרן מיט אַ טשעמאָדאַן אַ פֿולן מיט ייִדישע ביכער.

8טן אָקטאָבער׃ יאָרצײַטליכט – אַ פֿאָרלײענונג פֿון אַן אײנאַקטער

„אײַך האָבן די מערדער צוגענומען מיט װאָס צו זען און מיר האָבן זײ צוגענומען װאָס צו זען.“

אַ שפּיטאָל אין ראַטנפֿאַרבאַנד, 1946. טראָפּימאָװ שלאָפֿט נישט אײַן. אין דער פֿרי װעט מען אַראָפּנעמען זײַנע באַנדאַזשן, װעט ער זיך דערװיסן צי ער קען זען. ד״ר סופֿרן, װאָס האָט אים אָפּערירט, קומט צו חלום די מאַמע װעלכע ער װעט קײנמאָל מער נישט זען.

אױפֿן סמך פֿון דוד בערגעלסאָנס (1884-1952) אַ דערצײלונג געשריבן באַלד נאָך דער מלחמה. בערגעלסאָן איז געװען צװישן די גרעסטע ייִדישע שרײַבערס בערלינס אין די 1920ער יאָרן.

דראַמאַטיזירט פֿון דוד ליכט

איניציִיִרט און רעזשיסירט דורך דניאל גאַלאַי‘ען, ראָש פֿון בית לײװיק אין תּל־אַבֿיבֿ

פֿאָרגעלײענט אױף ייִדיש

אַנסאַמבל׃ דניאל גאַלאַי װי יעראַפֿײ סימיאַנאָװיטש טראָפּימאָװ, דזשײק שנײַדער װי ד״ר סופֿר, חנה ראָזנפֿעלד װי די קראַנקנשװעסטער און אָשן עװאַנס שאַרמאַ װי דער נאַראַטאָר

דעם 8טן אָקטאָבער 2023, 16 אַ״ז

גאַלעריע צײַטזאָנע
אַדאַלבערטגאַס 79
10997 בערלין־קרײצבאַר

16טן אױגוסט׃ ייִדישע גערילע־היסטאָריעס

די געשיכטע שרײַבן די מעכטיקע. נאָר, װאָס געשעט אַז די אָנמעכטיקע עקשנען זיך בײַם אױפֿהיטן און אױסטײַטשן די אײגענע איבערלעבענישן? אַז זײ פֿאַרשפּרײטן די עדותן אױף בסודיקע אַסיפֿות און גיבן זײ אַרױס אין אונטערערדישע צײַטונגען? אַז זײ זענען מקבר די אַרכיװן אין מילך־פּושקעס, די לעבן געבליבענע זאָלן זײ שפּעטער קענען לײענען? צו װאָס שרײַבט מען קאָלעקטיװע און שעפֿערישע פּינקסים אױף אַ שפּראַך אָן קײן אַרמײ, אָן קײן פֿלאָט? װי אַזױ װערן פֿון אונדזערע געשיכטעס – היסטאָריעס?

„ייִדישע גערילע־היסטאָריעס“ װעט אױסגראָבן און איבערזעצן אַ בינטל צולהכעיסדיקע זכּרון־אַקטן אַזעלכע פֿון 1914 ביז 2023 – לידער (געשריבענע, געזונגענע) און סאַגעס – כּדי זײ צו פּרעזענטירן פֿאַר אַ חבֿרה בטוחים.

פֿירלײענונג און פּרעזענטאַציע אױף ענגליש און ייִדיש

מיט די ספּעציעלע געסט שׂרה זילבערשטײן שװאַרץ און זוהר װײַמאַן־קעלמאַן צוזאַמען מיט די בערלינער ייִדישיסטן גולי דולבֿ־השילוני, קאַטערינאַ קוזנעצאָװאַ, דזשײק שנײַדער, מיכאַעלאַ קאָבסאַ־מאַרק, רײזע פֿאַן װינגערדען און יאַנינאַ װוּרבס

די פּראָגראַם נעמט אַרײַן ייִדישע טעקסטן פֿון רחל אױערבאַך, אַננאַ מאַרגאָלין, מלכּה לי, לײב קװיטקאָ ,אירענאַ קלעפּפֿיש, חװה ראָזענפֿאַרב און יענטע מאַש, דערצו אַ ביסל מוזיק

אַ פּרױעקט פֿון ייִדיש.בערלין, קוראַטירט דורך דזשײק שנײַדער

אַרײַנטריט בחינם, נדבֿות פֿאַר די אַרױסטרעטערס זײער אָנגעלײגט

8 אַפּריל׃ ייִדיש.בערלין לײענט אַבֿרהם נחום שטענצל

Cover des Skizzenbuchs von Rachel Lichtenstein zum jiddischen Dichter Avrom Nokhem Stencl
רחל ליכטנשטײנס סקיצעבוך װעגן אַ. נ. שטענצל

מיט אַ געמישטער פּראָגראַם פֿון און װעגן אַבֿרהם נחום שטענצל פּרעזענטירט ייִדיש.בערלין ערשטע בליקן אױף שטענצלס בערלינער תּקופֿה. צוזאַמען מיטן מחבר װאַלגערן מיר דורך בערלינער האַרבעריקן פֿאַר אָנהײמיקער אין די 1920ער יאָרן. מיר הערן זיך צו צו עטלעכע לידער זײַנע אױף ייִדיש מיט נײַע איבערזעצונגען, אַנעקדאָטן פֿון זײַן לעבן און אַ פּאָר אױסצוגן פֿון רחל ליכטענשטײנס נאָך נישט פּובליקירט בוך לגבי דעם דיכטער. אַן אָװנט אױף ייִדיש, ענגליש און דײַטש.

מיט׃ אַרנט בעק | האָרסט בערנהאַרט | הילדע האַבערלאַנד | רחל ליכטנשטײן | דזשאָרדן לי שנײ | דזשײק שנײַדער

דעם 8טן אַפּריל 2023, 20 אַ״ז

גאַלעריע צײַטזאָנע
אַדאַלבערטשטראַסע 79
10997 בערלין־קרײצבאַר

9 אַפּריל׃ אָפֿענער לײענקרײַז

Titelblatt von Avrom Nokhem Stencls Langgedicht "Afn rog" (An der Ecke), Berlin 1935
אַ. נ. שטענצל׃ „אױפֿן ראָג“, בערלין 1935

מיט יאָרן פֿאַרן אָנלײגן „ייִדיש.בערלין“ װי אַ גרופּע אין 2019 איז געװען פֿאַראַן אַ בערלינער ייִדיש־לײענקרײַז, װעלכן תּל חבֿר־כיבאָװסקי האָט געגרינדט אינעם פּױליש־דײַטשן ביכערקראָם בוך|בונד. נאָך תּלס אַװעקצי פֿון בערלין האָט עילי האַלפּערן ממשיך געװען מיטן קרײַז אײדער אַרנט בעק האָט אים, צום סוף, איבערגענומען אין 2016. ביז 2020 האָט זיך געטראָפֿן אַ גרופּעלע ייִדישיסט/קעס כּמעט יעדן זונטיק כּדי צו לײענען און דיסקוטירן ייִדישע װערק, מערסטנס פּראָזע, פֿון כּלערלײ שרײַבער/קעס.

נאָך אַ מגיפֿה־הפֿסקה האָט דער לײענקרײַז װידער אָנגעהױבן און טרעפֿט זיך הײַנט צו טאָג יעדן זונטיק אין גאַלעריע צײַטזאָנע. לעצטנס װידמעט זיך די גרופּע די בערלינער װערק פֿון אַבֿרהם נחום שטענצל.

לכּבֿד דער אױסשטעלונג װעגן שטענצל האָט מען איצט צום ערשטן און אפֿשר אײנץיקן מאָל די געלעגנהײט צו באַזוכן דעם לײענקרײַז װי אַ גאַסט, אַפֿילו אױב מען פֿאַרשטײט נישט קײן ייִדיש. כאָטש דער עיקר זענען פֿאָרט פֿאַרבעטן ייִדיש־רעדערס פֿון אַלע מדרגות אָנטײל צו נעמען מיטן לײענען און דיסקוטירן.

דאָס מאָל װעט מען אַרומרעדן שטענצלס אַ פּאָעמע מיטן נאָמען „אױפֿן ראָג“ װאָס איז אַרױס אין בערלין אין יאָר 1935. װי ס’רובֿ פֿון זײַנע בערלינער װערק איז די פּאָעמע נאָך קײנמאָל איבערגעזעצט געװאָרן אין קײן אַנדער שפּראַך. גענוג עקזעמפּלאַרן װעלן זײַן פֿאַראַן אין דער גאַלעריע, אָבער אױב איר האָט חשק זיך צוצוגרײטן אין פֿאַרױס (װאָס איז נישט נײטיק) קענט איר דאָ געפֿינען די פּאָעמע׃

אַבֿרהם נחום שטענצל, „אױפֿן ראָג“, בערלין 1935 (PDF)

דען 9טן אַפּריל 2023, 16 אַ״ז

גאַלעריע צײַטזאָנע
אַדאַלבערטגאַס 79
10997 בערלין־קרײצבאַר

11 אַפּריל׃ דריטער סדר אין סטיל פֿון „שמועס און װײַן“ (אױף מאַמע־לשון)

בילד פֿון דזשײק שנײַדער

שױן העכער אַ יאָר טרעפֿט זיך אונדזער גרופּע „שמועס און װײַן“ בערך צװײ מאָל אַ חודש אין בערלינער קרעטשמעס, פּאַרקן, דירות, ביכערקראָמען און הײף מיט זײער אַ פּשוטן קאָנצעפּט׃ צו פֿאַרברענגען צוזאַמען רעדנדיק בלױז אױף ייִדיש און מאַכן אַ לחײם מיט אַ גלעזעלע װײַן אָדער ביר. דערבײַ זענען צװישן זעקס (געמיטלעך), צװעלעף (דורכשניטלעך) און אַפֿילו פֿערציק (די גאַסן־מסיבה יענעם זומער). אױסער אַ צומאָליקן ברעטשפּיל צי אַ ספּאָנטאַנעם זינגערײַ איז אונדזער סטרוקטור בכּיװן הפֿקר.

אײן זעלטנער בײַשפּיל פֿון סטרוקטור איז פֿאָרגעקומען אין אַפּריל פֿאַראַיאָרן, אַ פּאָר חדשים נאָכן פֿאָרלײגן די גרופּע, װי לאָראַ רעדאָש האָט אונדז פֿאַרבעטן צו זיך אין דער הײם אױף אַ „פּסח־סאַלאָן“. האָבן מיר פֿאָרגעלײענט ייִדישע לידער אַלטע און נײַע, געזונגען אַשכּנזישע פּסח־קלאַסיקערס און דעקלאַמיר אױסצוגן פֿון אַן אַלטיטשקער בונדיסטישער הגדה. אַזױ אַרום האָבן מיר – נישט װיסנדיק – באַנײַט אַ שיִער נישט פֿאַרגעסנעם מנהג װאָס שטאַמט פֿון 1910: דעם „דריטן סדר“. לעבן די צװײ טראַדיציאָנעלע סדר־אָװנטן אין אָנהײב פֿון יום־טובֿ איז דער דריטער סדר אַן אָפֿענער אָרט פֿאַר טראַכטונגען, הײַנטצײַטיקע אױסטײַטשן און שעפֿערישע אױסדרוקן.

הײַיאָר, בשעת דער אױסשטעלונג לכּבֿוד דעם דיכטער אַבֿרהם נחום שטענצל, האָבן מיר באַשלאָסן װידער אַ מאָל צו פּראַװען אַ דריטן סדר (דאָס מאָל בכּיװן) אין גאַלעריע צײַטזאָנע, װי די 25טע טרעפֿונג פֿון „שמועס און װײַן“. ייִדיש־רעדערס פֿון אַלע מדריגות זענען פֿאַרבעטן צו פֿאַרברענגען מיט אונדז און זיך טײלן מיט אַ ליד (געזונגען, געשפּילט צי פֿאָרגעלײענט), אַ װיץ, אַ טעקסט, אַ קונסטװערק אָדער אַן אַנדער בײַטראָג – צי אַן אײגענע שאַפֿונג, צי אַן אַנטדעקונג –  צו די טעמעס פּסח אָדער באַפֿרײַונג. אַנישט קומט בלױז, הערט זיך צו און רעדט מיט אונדז אַ ייִדיש װאָרט. לכּבֿוד דעם יום־טובֿ איז פֿאַראַן אַ סך װײַן.

אױב איר זענט שױן פֿאַרנומען דעם אָװנט, איר רעדט אָבער ייִדיש און האָט חשק בײַצוזײַן בײַ אַ טרעפֿונג פֿון „שמועס און װײַן“, זײַט אַזױ גוט און שרײַבט אונדז אַ בליצבריװ׃ 

nayes [at] yiddish.berlin

מיר האָבן אױכעט אָרגאַניזירט טרעפֿונגען אין תּל־אַבֿיבֿ און ניו־יאָרק. הלװאַי זאָלן מיר שױן באַלד צעשפּרײטן דאָס קאָנצעפּט אין װײַטערע שטעט.

דעם 11טן אַפּריל 2023, 19 אַ״ז

גאַלעריע צײַטזאָנע
אַדאַלבערטגאַס 79
10997 בערלין־קרײצבאַרג

דעם 7טן מאַרץ: פּורים־שׂימחה

דעזײַן׃ דזשױרדן לי שנעע; בילד׃ פֿאַראַראַ מגילה, משה בן אַבֿרהם פּעסקאַראָל

ייִדיש.בערלין פֿאַרבעט אײַך צו אַ פּורים שימחה. פֿאַרשטעלט זיך (דרעג־מלכות אָנגעלײגט) און פֿאַרשיכּורט זיך אי מיט פֿרײַנד, אי מיט פֿײַנד! מוזיק און סורפּריזן.

דעם 7טן מאַרץ 2023, 20 אַ״ז

גאַלעריע צײַטזאָנע

Adalbertstr. 79
10997 Berlin-Kreuzberg

אַרײַנטריט בחינם

פֿײסבוק

29 דעצעמבער׃ ה.י. פּסאָטאַס 10טע יאָרצײַט

Ein vertikal geteilter Hintergrund, links weiss, rechts schwarz. Vor dem schwarzen Hintergrund steht ein Mensch mit ausgestrecktem Arm vor dem weißen Hintergrund und auf der Hand sitzt eine Dohle.
ה.י. פּאָסטאַ, בערך 1975. פֿאָטאָגראַף׃ אַקילעס רעזנער.

(ליכטבילד־) רעפֿעראַט מיט אַרנט בעק

מיט פּונקט 10 יאָר צוריק איז העלמוט י. פּסאָטאַ ע״ה ניפֿטר געװאָרן – אָן גרױס אױפֿמערק. אַרנט בעק געדענקט אַן אידיאָסינקראַטישן קינסטלער װעלכער האָט געזאַמלט װיכטיקע איבערלעבענישן פֿון זײַן אַנטװיקלונג אין לאַטײַן־אַמעריקע, קלערט אױף זײַן אַרבעט מיט פּסאָטאַס ירושה און װײַזט אָן משלים פֿון קאָנטעקסטן און מאָטיװן אין פּסאָטאַס װערק.

די אױסשטעלונג עפֿנט זיך 18 אַ״ז – צום לעצטן מאָל.

אַרנט בעק אַרבעט פֿאַר זיך װי אַ קינסטלער, בעיקר אין פֿאָטאָגראַפֿיע, צײַכענונג און טעקסט. בבֿחינת ה.י. פּסאָטאַס יורש פֿאַרטרעט ער פּאָסטאַס װערק װי זײַנע אײגענע. שױן עטלעכע יאָר אַרבעט ער אױך אינטענסיװ מיט ייִדיש און איז אײן פֿון די מיסדים פֿון ייִדיש־בערלין.

דאָנערשטיק, דעם 29טן דעצעמבער 2022, 20 אַ״ז
לכּבֿוד דער אױסשטעלונג מיר זענען דאָ [פֿאָטאָגראַפֿיעס]

געעפֿנט פֿון 18 אַ״ז אָן

רעפֿעראַט אױף דײַטש.

נאָװילאַ
האַסלװערדער שטראַסע 22
12439 בערלין־שענעװײַדע

אַרײַנטיט בחינם – בײַשטײַער אָנגעלײגט

מיט דער פֿרײַנדלעכער שטיצונג פֿון דער פּאַרטנערשאַפֿט פֿאַר דעמאָקראַטיע שענעװײַדע מיט געלטער פֿון דער פֿעדעראַלער פּראָגראַם „באַלעבן דעמאָקראַטיע”

14 דעצעמבער׃ נײַער ייִדישער געזאַנג

Sveta Kundish & Patrick Farrell, photo: Tanja Katharina Lindner.
 סװעטאַ קונדיש און פּעטריק פֿאַרעל, פֿאָטאָגראַפֿיע׃ טאַניאַ קאַטאַרינאַ לינדנער

אַ קאָנצערט מיט סװעטאַ קונדיש און פּעטריק פֿאַרעל

עפֿנקאָנצערט פֿון שטעטל בערלינס „נישט־קײן־פֿעסטיװאַל“

זינט בערך אַ יאָרצענדליק אַװאַנסירן סװעטאַ קונדיש און פּעטריק פֿאַרעל דאָס הײַנטצײַטיקע ייִדיש־קונסטליד כּמעט אַגבֿדיק. פֿאַרעלס קאָמפּאָזיציעס אָטעמען מיט טיפֿזיניקײט און דערגרונטעװען דעם צװישנשפּיל פֿון האַרמאָניע און קול. אין אײנעם לעבן זיך קונדיש מיט פֿאַרעל אַרײַן אין לידער פֿונעם רײַכן אוצר פֿון ייִדישער פּאָעזיע. לעצטנס איז אַרױס זײער דעביוט װי אַ דועט־פּלאַטע, „נעם מײַן װאָרט“. עס הײסט׃

קונדיש און פֿאַרעל עפֿנען אַ גאַנץ נײַעם קוקװינקל אױף דער װעלט פֿון ייִדישער מוזיק מיט זײער פֿאַרברענטן פֿאָקוס אױף דעם טעקסט און דער מוזוקאַלישער קאָמפּאָזיציע, מיט זײַער איבערגעגעבנקײט אי צו דער מסורה אי צו דער מוזיקאַלישער פּראַקטיק פֿון הײַנט, און דערצו מיט זײער זעלטענער װירטואָזקײט. „נעם מײַן װאָרט“ זאָגט רושמדיק עדות אױף זײער קינסטלערישער שעפֿערישקײט

„דאַנזאָן רעקאָרדס“

סװעטאַ קונסיש איז אַ זינגערין װאָס טרעט אױף מיט אַלערלײ ייִדישער מוזיק דורך גאַנץ אײראָפּע. זי זינגט מיט „קולות פֿון אַשכּנז“ און ”טריקסטער אָרקעסטראַ“, צװישן אַנדערע, און איז אַ געװײנטלעכע לערערקע בײַ „ייִדיש־זומער װײַמער“. אַ געבױרענע פֿון אוקראַיִנע, האָט זי זיך שפּעטער איבערגעקליבן קײן מדינת־ישׂראל. קונדיש האָט דיפּלאָמען פֿון תּל־אַבֿיבֿ־אוניװערסיטעט און פֿון דער פּרײַנער קאָנסערװאַטאָריע אין װין; אין 2017 האָט זי געענדיקט אַ דיפּלאָם אין חזנות בײַם אבֿרהם־גײַגער־קאָלעג אין פּאָצדאַם. איצט אַרבעט קונדיש װי די ערשטע חזנטע אין דער געשיכטע פֿון די ייִדישע קהילות אין נידערזאַקסן (דײַטשלאַנד).

פּעטריק פֿאַרעל איז אַ האַרמאָניע־שפּילער, קאָמפּאָזיטאָר און קאַפּעל־מײַסטער פֿון בריקלין. ער איז אַ קינסטלער מיט „שאַרפֿן הומאָר און אומגעהײערער גיכקײט“ („ניו־יאָרק מוזיק דײלי“) און פֿילט זיך הײמיש אין אַ סך מוזיקאַלישע זשאַנערס. פֿאַרעל האָט געשפּילט אַלץ גאַסט מיט פֿראַנק לאָנדאָנס „כּלי־זמר ברעס אַל־סטאַרס“ און מיט אַלישאַ סװיגאַלס ”כּלי־זמר פֿידל עקספּרעס“. ער איז אױך אַ קאָמפּאָזיראָט, מוזיקאַלישער דירעקטאָר און אַקאָמפּאַניסט פֿאַר עטלעכע טעאַטער־ און טאַנץ־טרופּעס.

מיטװאָך, דעם 14טן דעצעמבער 2022, 19 אַ״ז
לכּבֿוד דער אױסשטעלונג מיר זענען דאָ! [פֿאָטאָגראַפֿיעס]

נאָװילאַ
האַסלװערדער שטראַסע 22
12439 בערלין־שענעװײַדע

אַרײַנטיט בחינם – בײַשטײַער אָנגעלײגט מיט דער פֿרײַנדלעכער אונטערשטיצונג פֿון דער פּאַרטנערשאַפֿט פֿאַר דעמאָקראַטיע שענעװײַדע מיט געלטער פֿון דער פֿעדעראַלער פּראָגראַם „באַלעבן דעמאָקראַטיע

8 דעצעמבער׃ קװיר ייִדיש

newspaper on meir arber
די דרעג־מלכּה דע⸗ליס (המכונה מאיר אַרבער), װעלט־שפּיגל, פּױלן, 1931

מיט דזשײק שנײַדער

ייִדיש איז אַ קװירע שפּראַך. דורות לאַנד מישן ייִדיש־רעדערס זײערע קװירקײט מיט זײער ייִדישקײט, שעפּנדיק פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער שפּראַכס אינטערסעקציאָנאַליטעט כּדי צו שאַפֿן טעאַטער, מוזיק, קונסט, פֿילם און ליטעראַטור װאָס שטײען צו להכעיס אַקעגן אַלטע טאַבוען װײַל זײ נעמען אַרײַן אונדזער קװירן „איך“. לױט שׂרה פֿעלדער׃ „קװירע ייִדישקײט גיט מיר דעם דערלױבעניש צוריקצוקערן צו דער װעלט פֿון באָבע־זײדע אָן איבערצולאָזן זיך אַלײן“. די מולטימעדיע־פּרעזענטאַציע – אַ גיכער טור דורך דער צײַט – הײבט זיך אָן מיט דער בערלינער פּרעמיערע פֿון דער פּיעסע „גאָט פֿון נקמה“ (שלום אַש, 1907), װאָס שפּילט זיך אין אַ ייִדיש הײַזל און שליסט אײַן אַ לעסבישן קוש. דערנאָך זעען מיר משלים פֿון יעדן יאָרצענדליק. צװישן אַנדערע׃

  • „קרוזינג“ אין װילנע אין די 1930ער יאָרן
  • אַ טראַנסמיניקער ישיבֿה־בחור
  • אַ גײער אָקסן־פֿעכטער פֿון ברוקלין
  • אַ ייִדישער איבערמישעניש פֿון מאַרלענע דיטריך
  • קװירע רבנים
  • אַקטיװיזם קעגן אײדס
  • אַ פּאַטשערײַ אױף דער בימה
  • און נאָך און נאָך

דזשײק שנײַדער איז אַן איבערזעצער, ליטעראַטור־טוער, שרטרעבנדיקער ייִדישער דיכטער און אַ שטאָלץ מיטגליד פֿון ייִדיש־בערלין. ער אָרגאַניזירט דעם דאָיקן ייִדיש־שמועס־קרײַז „שמועס און װײַן“ און פֿירט טורן, אױף באַשטעלונג, װעגן דער געשיכטע פֿון ייִדיש־רעדערס אינעם בערלינער קװאַרטאַל „שױנענפֿירטל“. jakeschneider.eu

 די פּרעזענטאַציע װעט פֿאָרקומען אױף ענגליש מיט אַ סך (מערסטנס איבערגעזעצטע) ייִדישע משלים.

דאָנערשטיק, דעם 8סטן דעצעמבער 2022, 20 אַ״ז
לכּבֿוד דער אױסשטעלונג מיר זענען דאָ! [פֿאָטאָגראַפֿיעס]

נאָװילאַ
האַסלװערדער שטראַסע 22
12439 בערלין־שענעװײַדע

אַרײַנטיט בחינם – בײַשטײַער אָנגעלײגט

מיט דער פֿרײַנדלעכער אונטערשטיצונג פֿון דער פּאַרטנערשאַפֿט פֿאַר דעמאָקראַטיע שענעװײַדע מיט געלטער פֿון דער פֿעדעראַלער פּראָגראַם „באַלעבן דעמאָקראַטיע!“