ייִדיש בערלין איז אַ חבֿרה פֿון בערלינער קינסטלערס, װיסנשאַפֿטלערס, איבערזעצערס, קולטור־טוערס און ליבהאָבערס דעדיקירט צו ייִדיש – װי אַ לשון, װי אַן אױסדרוק, װי אַן אָנזאָג, װי אַ שטײגער לעבן.
מיר אָרגאַניזירן טעמאַטישע קונסט־אױסשטעלונגען, ליטעראַרישע אונטערנעמונגען, רעפֿעראַטן, לײען־ און שמועסקרײַזן, סאַלאָנען, פֿילם־װײַזונגען און װײַטערע אַקטיװיטעטן װעלכע האָדעװען די לעבעדיקע ייִדישע קולטור װי אױך געדענקען און צעשפּרײטן איר טײַערע ירושה.
ייִדיש בערלין איז אַן אָפּשפּראָץ פֿון די ייִדישע קולטור־פֿעסטיװאַלן בײַ „שטעטל בערלין“ און מיר זענען פֿאָרט ענג פֿאַרבונדן מיט זײ.