7 אַפּריל: אױפֿעפֿענונג פֿון דער אױסשטעלונג „אַבֿרהם נחום שטענצל“

רחל ליכטנשטײן, מענטשעסטער שרײַבער־שול, מענטשעסטער פּאָעזיע־ביבליאָטעק און ייִדיש.בערלין פּרעזענטירן:

Stencil with the face of the Yiddish writer Avrom Nokhem Stencl, with descriptions in Yiddish language for an exhibition in Berlin.
א.נ. שטענצל, שטענציל: אַרנט בעק, גראַפֿיק: סאַשע קאָסטענקאָ

אַבֿרהם נחום שטענצל (1897—1983)

ייִדישער דיכטער – פּאָעט פֿון װײַטשעפּל – בערלינער באָהעם

אױסשטעלונג | פֿירלײענונג | ראַדיאָ־דאָקומענטאַר| פֿילם

עלזע לאַסקער־שילער האָט אים אָנגערופֿן „האַמיד“, אַרנאָלד צװײַג האָט אָנגשריבן אַ הקדמח פֿאַר אים און טאָמאַס מאַן האָט געזונגען די שבֿחים פֿון זײַן פּאָעזיע׃ אַבֿרהם נחום שטענצל, אַ בערלינער פֿון 1921 ביז 1936, איז געװען צװישן די סאַמע געראָטנסטע מאָדערנע ייִדישע דיכטערס אין דײַטשלאַנד בעת דער װײַמאַרער רעפּובליק, האָט ער פֿאַרלײגט דעם יסוד פֿון זײַנע פֿילזײַטיקע און שפֿעדיקע פּאָעטישע װערק אָט דאָ אין בערלין. צוזאַמען מיט דער שרײַבערין און קינסטלערין רחל ליכטנשטײן, דער מענטשעסטער שרײַבער־שול און דער מענטשעסטער פּאָעזיע־ביבליאָטעק פּרעזענטירט פֿאַר אײַך ייִדיש.בערלין אַ שיער נישט פֿאַרגעסענעם בערלינער.

די אױסשטעלונג גיט אַ בילד־ און טעקסט־אַרײַנפֿיר צו שטענצלס כּלערלײיִק לעבן, נעמט אַרײַן אױסצוגן פֿון די סקיצעביכער רחל ליכטנשטײנס און פּרעזענטירט אױך אַ ראַדיאָ־דאָקומענטאַר און אַ פֿילם לגבי שטענצל צום צוהערן און צוזען זיך אין דער גאַלעריע.

7 אַפּריל 2023, 20 אַ״ז׃ אױפֿעפֿענונג מיט אַ פֿילמװײַזונג װעגן שרענצל און אַ דיסקוסיע מיט רחל ליכטנשטײן
8 אַפּריל 2023, 20 אַ״ז׃ ייִדיש.בערלין לײענט אַבֿרהם נחום שטענצל
9 אַפּריל 2023, 16 אַ״ז׃ אָפֿענער לײענקרײַז
11 אַפּריל 2023, 19 אַ״ז׃ דריטער סדר אין סטיל פֿון „שמועס און װײַן“ (אױף מאַמע־לשון)

גאַלעריע צײַטזאָנע
אַדאַלבערטגאַס 79
10997 בערלין־קרײצבאַרג

Logo Manchester Metropolitan University and Manchester Poetry Library

8 אַפּריל׃ ייִדיש.בערלין לײענט אַבֿרהם נחום שטענצל

Cover des Skizzenbuchs von Rachel Lichtenstein zum jiddischen Dichter Avrom Nokhem Stencl
רחל ליכטנשטײנס סקיצעבוך װעגן אַ. נ. שטענצל

מיט אַ געמישטער פּראָגראַם פֿון און װעגן אַבֿרהם נחום שטענצל פּרעזענטירט ייִדיש.בערלין ערשטע בליקן אױף שטענצלס בערלינער תּקופֿה. צוזאַמען מיטן מחבר װאַלגערן מיר דורך בערלינער האַרבעריקן פֿאַר אָנהײמיקער אין די 1920ער יאָרן. מיר הערן זיך צו צו עטלעכע לידער זײַנע אױף ייִדיש מיט נײַע איבערזעצונגען, אַנעקדאָטן פֿון זײַן לעבן און אַ פּאָר אױסצוגן פֿון רחל ליכטענשטײנס נאָך נישט פּובליקירט בוך לגבי דעם דיכטער. אַן אָװנט אױף ייִדיש, ענגליש און דײַטש.

מיט׃ אַרנט בעק | האָרסט בערנהאַרט | הילדע האַבערלאַנד | רחל ליכטנשטײן | דזשאָרדן לי שנײ | דזשײק שנײַדער

דעם 8טן אַפּריל 2023, 20 אַ״ז

גאַלעריע צײַטזאָנע
אַדאַלבערטשטראַסע 79
10997 בערלין־קרײצבאַר

9 אַפּריל׃ אָפֿענער לײענקרײַז

Titelblatt von Avrom Nokhem Stencls Langgedicht "Afn rog" (An der Ecke), Berlin 1935
אַ. נ. שטענצל׃ „אױפֿן ראָג“, בערלין 1935

מיט יאָרן פֿאַרן אָנלײגן „ייִדיש.בערלין“ װי אַ גרופּע אין 2019 איז געװען פֿאַראַן אַ בערלינער ייִדיש־לײענקרײַז, װעלכן תּל חבֿר־כיבאָװסקי האָט געגרינדט אינעם פּױליש־דײַטשן ביכערקראָם בוך|בונד. נאָך תּלס אַװעקצי פֿון בערלין האָט עילי האַלפּערן ממשיך געװען מיטן קרײַז אײדער אַרנט בעק האָט אים, צום סוף, איבערגענומען אין 2016. ביז 2020 האָט זיך געטראָפֿן אַ גרופּעלע ייִדישיסט/קעס כּמעט יעדן זונטיק כּדי צו לײענען און דיסקוטירן ייִדישע װערק, מערסטנס פּראָזע, פֿון כּלערלײ שרײַבער/קעס.

נאָך אַ מגיפֿה־הפֿסקה האָט דער לײענקרײַז װידער אָנגעהױבן און טרעפֿט זיך הײַנט צו טאָג יעדן זונטיק אין גאַלעריע צײַטזאָנע. לעצטנס װידמעט זיך די גרופּע די בערלינער װערק פֿון אַבֿרהם נחום שטענצל.

לכּבֿד דער אױסשטעלונג װעגן שטענצל האָט מען איצט צום ערשטן און אפֿשר אײנץיקן מאָל די געלעגנהײט צו באַזוכן דעם לײענקרײַז װי אַ גאַסט, אַפֿילו אױב מען פֿאַרשטײט נישט קײן ייִדיש. כאָטש דער עיקר זענען פֿאָרט פֿאַרבעטן ייִדיש־רעדערס פֿון אַלע מדרגות אָנטײל צו נעמען מיטן לײענען און דיסקוטירן.

דאָס מאָל װעט מען אַרומרעדן שטענצלס אַ פּאָעמע מיטן נאָמען „אױפֿן ראָג“ װאָס איז אַרױס אין בערלין אין יאָר 1935. װי ס’רובֿ פֿון זײַנע בערלינער װערק איז די פּאָעמע נאָך קײנמאָל איבערגעזעצט געװאָרן אין קײן אַנדער שפּראַך. גענוג עקזעמפּלאַרן װעלן זײַן פֿאַראַן אין דער גאַלעריע, אָבער אױב איר האָט חשק זיך צוצוגרײטן אין פֿאַרױס (װאָס איז נישט נײטיק) קענט איר דאָ געפֿינען די פּאָעמע׃

אַבֿרהם נחום שטענצל, „אױפֿן ראָג“, בערלין 1935 (PDF)

דען 9טן אַפּריל 2023, 16 אַ״ז

גאַלעריע צײַטזאָנע
אַדאַלבערטגאַס 79
10997 בערלין־קרײצבאַר

11 אַפּריל׃ דריטער סדר אין סטיל פֿון „שמועס און װײַן“ (אױף מאַמע־לשון)

בילד פֿון דזשײק שנײַדער

שױן העכער אַ יאָר טרעפֿט זיך אונדזער גרופּע „שמועס און װײַן“ בערך צװײ מאָל אַ חודש אין בערלינער קרעטשמעס, פּאַרקן, דירות, ביכערקראָמען און הײף מיט זײער אַ פּשוטן קאָנצעפּט׃ צו פֿאַרברענגען צוזאַמען רעדנדיק בלױז אױף ייִדיש און מאַכן אַ לחײם מיט אַ גלעזעלע װײַן אָדער ביר. דערבײַ זענען צװישן זעקס (געמיטלעך), צװעלעף (דורכשניטלעך) און אַפֿילו פֿערציק (די גאַסן־מסיבה יענעם זומער). אױסער אַ צומאָליקן ברעטשפּיל צי אַ ספּאָנטאַנעם זינגערײַ איז אונדזער סטרוקטור בכּיװן הפֿקר.

אײן זעלטנער בײַשפּיל פֿון סטרוקטור איז פֿאָרגעקומען אין אַפּריל פֿאַראַיאָרן, אַ פּאָר חדשים נאָכן פֿאָרלײגן די גרופּע, װי לאָראַ רעדאָש האָט אונדז פֿאַרבעטן צו זיך אין דער הײם אױף אַ „פּסח־סאַלאָן“. מיר האָבן פֿאָרגעלײענט ייִדישע לידער אַלטע און נײַע, געזונגען אַשכּנזישע פּסח־קלאַסיקערס אוןדעקלאַמיר אױסצוגן פֿון אַן אַלטיטשקער בונדיסטישער הגדה.  אַזױ אַרום האָבן מיר – נישט װיסנדיק – באַנײַט אַ שיער נישט פֿאַרגעסנעם מנהג װאָס שטאַמט פֿון 1910: דעם „דריטן סדר“. לעבן די צװײ טראַדיציאָנעלע סדר־אָװנטן מיט װעלכע מע הײבט אָן דעם יום־טובֿ איז דער דריטער סדר אַן אָפֿענער אָרט פֿאַר טראַכטונגען, הײַנטצײַטיקע אױסטײַטשן און שעפֿערישע אױסדרוקן.

האַיאָר, בשעת דער אױסשטעלונג לכּבֿוד דעם דיכטער אַבֿרהם נחום שטענצל, האָבן מיר זיך באַשלאָסן צו פּראַװען נאָך אַ דריטן סדר (דאָס מאָל בכּיװן) אין גאַלעריע צײַטזאָנע, װי די 25טע טרעפֿונג פֿון „שמועס און װײַן“. ייִדיש־רעדערס פֿון אַלע מדריגות זענען פֿאַרבעטן צו פֿאַרברענגען מיט אונדז און זיך טײלן מיט אַ ליד (געזונגען, געשפּילט צי פֿאָרגעלײנט), אַ װיץ, אַ טעקסט, אַ קונסטװערק אָדער אַן אַנדער בײַטראָג – אָדער אַן אײגענע שאַפֿונג, אָדער אַן אַנטדעקונג –  צו די טעמעס פּסח אָדער באַפֿרײַונג. אָדער קומט בלױז, הערט זיך צו און רעדט מיט אונדז אַ ייִדיש װאָרט. לכּבֿוד דעם יום־טובֿ איז פֿאַראַן אַ סך װײַן.

אױב איר זענט שױן פֿאַרנומען דעם אָװנט, איר רעדט אָבער ייִדיש און האָט חשק בײַצוזײַן בײַ אַ טרפֿונג פֿון „שמועס און װײַן“, שרײַבט אונדז אַ בליצבריװ׃ 

nayes [at] yiddish.berlin

מיר האָבן אױכעט אָרגאַניזירט טרעפֿונגען אין תּל־אַבֿיבֿ און ניו־יאָרק. הלװאי זאָלנם מיר שױן באַלד צעשרפּײטן דאָס קאָנצעפּט אין מער שטעט.

דעם 11טן אַפּריל 2023, 19 אַ״ז

גאַלעריע צײַטזאָנע
אַדאַלבערטגאַס 79
10997 בערלין־קרײצבאַרג

דעם 7טן מאַרץ: פּורים־שׂימחה

דעזײַן׃ דזשױרדן לי שנעע; בילד׃ פֿאַראַראַ מגילה, משה בן אַבֿרהם פּעסקאַראָל

ייִדיש.בערלין פֿאַרבעט אײַך צו אַ פּורים שימחה. פֿאַרשטעלט זיך (דרעג־מלכות אָנגעלײגט) און פֿאַרשיכּורט זיך אי מיט פֿרײַנד, אי מיט פֿײַנד! מוזיק און סורפּריזן.

דעם 7טן מאַרץ 2023, 20 אַ״ז

גאַלעריע צײַטזאָנע

Adalbertstr. 79
10997 Berlin-Kreuzberg

אַרײַנטריט בחינם

פֿײסבוק

29 דעצעמבער׃ ה.י. פּסאָטאַס 10טע יאָרצײַט

Ein vertikal geteilter Hintergrund, links weiss, rechts schwarz. Vor dem schwarzen Hintergrund steht ein Mensch mit ausgestrecktem Arm vor dem weißen Hintergrund und auf der Hand sitzt eine Dohle.
ה.י. פּאָסטאַ, בערך 1975. פֿאָטאָגראַף׃ אַקילעס רעזנער.

(ליכטבילד־) רעפֿעראַט מיט אַרנט בעק

מיט פּונקט 10 יאָר צוריק איז העלמוט י. פּסאָטאַ ע״ה ניפֿטר געװאָרן – אָן גרױס אױפֿמערק. אַרנט בעק געדענקט אַן אידיאָסינקראַטישן קינסטלער װעלכער האָט געזאַמלט װיכטיקע איבערלעבענישן פֿון זײַן אַנטװיקלונג אין לאַטײַן־אַמעריקע, קלערט אױף זײַן אַרבעט מיט פּסאָטאַס ירושה און װײַזט אָן משלים פֿון קאָנטעקסטן און מאָטיװן אין פּסאָטאַס װערק.

די אױסשטעלונג עפֿנט זיך 18 אַ״ז – צום לעצטן מאָל.

אַרנט בעק אַרבעט פֿאַר זיך װי אַ קינסטלער, בעיקר אין פֿאָטאָגראַפֿיע, צײַכענונג און טעקסט. בבֿחינת ה.י. פּסאָטאַס יורש פֿאַרטרעט ער פּאָסטאַס װערק װי זײַנע אײגענע. שױן עטלעכע יאָר אַרבעט ער אױך אינטענסיװ מיט ייִדיש און איז אײן פֿון די מיסדים פֿון ייִדיש־בערלין.

דאָנערשטיק, דעם 29טן דעצעמבער 2022, 20 אַ״ז
לכּבֿוד דער אױסשטעלונג מיר זענען דאָ [פֿאָטאָגראַפֿיעס]

געעפֿנט פֿון 18 אַ״ז אָן

רעפֿעראַט אױף דײַטש.

נאָװילאַ
האַסלװערדער שטראַסע 22
12439 בערלין־שענעװײַדע

אַרײַנטיט בחינם – בײַשטײַער אָנגעלײגט

מיט דער פֿרײַנדלעכער שטיצונג פֿון דער פּאַרטנערשאַפֿט פֿאַר דעמאָקראַטיע שענעװײַדע מיט געלטער פֿון דער פֿעדעראַלער פּראָגראַם „באַלעבן דעמאָקראַטיע”

14 דעצעמבער׃ נײַער ייִדישער געזאַנג

Sveta Kundish & Patrick Farrell, photo: Tanja Katharina Lindner.
 סװעטאַ קונדיש און פּעטריק פֿאַרעל, פֿאָטאָגראַפֿיע׃ טאַניאַ קאַטאַרינאַ לינדנער

אַ קאָנצערט מיט סװעטאַ קונדיש און פּעטריק פֿאַרעל

עפֿנקאָנצערט פֿון שטעטל בערלינס „נישט־קײן־פֿעסטיװאַל“

זינט בערך אַ יאָרצענדליק אַװאַנסירן סװעטאַ קונדיש און פּעטריק פֿאַרעל דאָס הײַנטצײַטיקע ייִדיש־קונסטליד כּמעט אַגבֿדיק. פֿאַרעלס קאָמפּאָזיציעס אָטעמען מיט טיפֿזיניקײט און דערגרונטעװען דעם צװישנשפּיל פֿון האַרמאָניע און קול. אין אײנעם לעבן זיך קונדיש מיט פֿאַרעל אַרײַן אין לידער פֿונעם רײַכן אוצר פֿון ייִדישער פּאָעזיע. לעצטנס איז אַרױס זײער דעביוט װי אַ דועט־פּלאַטע, „נעם מײַן װאָרט“. עס הײסט׃

קונדיש און פֿאַרעל עפֿנען אַ גאַנץ נײַעם קוקװינקל אױף דער װעלט פֿון ייִדישער מוזיק מיט זײער פֿאַרברענטן פֿאָקוס אױף דעם טעקסט און דער מוזוקאַלישער קאָמפּאָזיציע, מיט זײַער איבערגעגעבנקײט אי צו דער מסורה אי צו דער מוזיקאַלישער פּראַקטיק פֿון הײַנט, און דערצו מיט זײער זעלטענער װירטואָזקײט. „נעם מײַן װאָרט“ זאָגט רושמדיק עדות אױף זײער קינסטלערישער שעפֿערישקײט

„דאַנזאָן רעקאָרדס“

סװעטאַ קונסיש איז אַ זינגערין װאָס טרעט אױף מיט אַלערלײ ייִדישער מוזיק דורך גאַנץ אײראָפּע. זי זינגט מיט „קולות פֿון אַשכּנז“ און ”טריקסטער אָרקעסטראַ“, צװישן אַנדערע, און איז אַ געװײנטלעכע לערערקע בײַ „ייִדיש־זומער װײַמער“. אַ געבױרענע פֿון אוקראַיִנע, האָט זי זיך שפּעטער איבערגעקליבן קײן מדינת־ישׂראל. קונדיש האָט דיפּלאָמען פֿון תּל־אַבֿיבֿ־אוניװערסיטעט און פֿון דער פּרײַנער קאָנסערװאַטאָריע אין װין; אין 2017 האָט זי געענדיקט אַ דיפּלאָם אין חזנות בײַם אבֿרהם־גײַגער־קאָלעג אין פּאָצדאַם. איצט אַרבעט קונדיש װי די ערשטע חזנטע אין דער געשיכטע פֿון די ייִדישע קהילות אין נידערזאַקסן (דײַטשלאַנד).

פּעטריק פֿאַרעל איז אַ האַרמאָניע־שפּילער, קאָמפּאָזיטאָר און קאַפּעל־מײַסטער פֿון בריקלין. ער איז אַ קינסטלער מיט „שאַרפֿן הומאָר און אומגעהײערער גיכקײט“ („ניו־יאָרק מוזיק דײלי“) און פֿילט זיך הײמיש אין אַ סך מוזיקאַלישע זשאַנערס. פֿאַרעל האָט געשפּילט אַלץ גאַסט מיט פֿראַנק לאָנדאָנס „כּלי־זמר ברעס אַל־סטאַרס“ און מיט אַלישאַ סװיגאַלס ”כּלי־זמר פֿידל עקספּרעס“. ער איז אױך אַ קאָמפּאָזיראָט, מוזיקאַלישער דירעקטאָר און אַקאָמפּאַניסט פֿאַר עטלעכע טעאַטער־ און טאַנץ־טרופּעס.

מיטװאָך, דעם 14טן דעצעמבער 2022, 19 אַ״ז
לכּבֿוד דער אױסשטעלונג מיר זענען דאָ! [פֿאָטאָגראַפֿיעס]

נאָװילאַ
האַסלװערדער שטראַסע 22
12439 בערלין־שענעװײַדע

אַרײַנטיט בחינם – בײַשטײַער אָנגעלײגט מיט דער פֿרײַנדלעכער אונטערשטיצונג פֿון דער פּאַרטנערשאַפֿט פֿאַר דעמאָקראַטיע שענעװײַדע מיט געלטער פֿון דער פֿעדעראַלער פּראָגראַם „באַלעבן דעמאָקראַטיע

8 דעצעמבער׃ קװיר ייִדיש

newspaper on meir arber
די דרעג־מלכּה דע⸗ליס (המכונה מאיר אַרבער), װעלט־שפּיגל, פּױלן, 1931

מיט דזשײק שנײַדער

ייִדיש איז אַ קװירע שפּראַך. דורות לאַנד מישן ייִדיש־רעדערס זײערע קװירקײט מיט זײער ייִדישקײט, שעפּנדיק פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער שפּראַכס אינטערסעקציאָנאַליטעט כּדי צו שאַפֿן טעאַטער, מוזיק, קונסט, פֿילם און ליטעראַטור װאָס שטײען צו להכעיס אַקעגן אַלטע טאַבוען װײַל זײ נעמען אַרײַן אונדזער קװירן „איך“. לױט שׂרה פֿעלדער׃ „קװירע ייִדישקײט גיט מיר דעם דערלױבעניש צוריקצוקערן צו דער װעלט פֿון באָבע־זײדע אָן איבערצולאָזן זיך אַלײן“. די מולטימעדיע־פּרעזענטאַציע – אַ גיכער טור דורך דער צײַט – הײבט זיך אָן מיט דער בערלינער פּרעמיערע פֿון דער פּיעסע „גאָט פֿון נקמה“ (שלום אַש, 1907), װאָס שפּילט זיך אין אַ ייִדיש הײַזל און שליסט אײַן אַ לעסבישן קוש. דערנאָך זעען מיר משלים פֿון יעדן יאָרצענדליק. צװישן אַנדערע׃

  • „קרוזינג“ אין װילנע אין די 1930ער יאָרן
  • אַ טראַנסמיניקער ישיבֿה־בחור
  • אַ גײער אָקסן־פֿעכטער פֿון ברוקלין
  • אַ ייִדישער איבערמישעניש פֿון מאַרלענע דיטריך
  • קװירע רבנים
  • אַקטיװיזם קעגן אײדס
  • אַ פּאַטשערײַ אױף דער בימה
  • און נאָך און נאָך

דזשײק שנײַדער איז אַן איבערזעצער, ליטעראַטור־טוער, שרטרעבנדיקער ייִדישער דיכטער און אַ שטאָלץ מיטגליד פֿון ייִדיש־בערלין. ער אָרגאַניזירט דעם דאָיקן ייִדיש־שמועס־קרײַז „שמועס און װײַן“ און פֿירט טורן, אױף באַשטעלונג, װעגן דער געשיכטע פֿון ייִדיש־רעדערס אינעם בערלינער קװאַרטאַל „שױנענפֿירטל“. jakeschneider.eu

 די פּרעזענטאַציע װעט פֿאָרקומען אױף ענגליש מיט אַ סך (מערסטנס איבערגעזעצטע) ייִדישע משלים.

דאָנערשטיק, דעם 8סטן דעצעמבער 2022, 20 אַ״ז
לכּבֿוד דער אױסשטעלונג מיר זענען דאָ! [פֿאָטאָגראַפֿיעס]

נאָװילאַ
האַסלװערדער שטראַסע 22
12439 בערלין־שענעװײַדע

אַרײַנטיט בחינם – בײַשטײַער אָנגעלײגט

מיט דער פֿרײַנדלעכער אונטערשטיצונג פֿון דער פּאַרטנערשאַפֿט פֿאַר דעמאָקראַטיע שענעװײַדע מיט געלטער פֿון דער פֿעדעראַלער פּראָגראַם „באַלעבן דעמאָקראַטיע!“

1טער דעצעמבער׃ ייִדיש און אוקראַיִנע – אַ בליק אַדורך דער איבערזעצונג

Talk with Katerina Kuznetsova and Iryna Zrobok

מיט קאַטערינאַ קוזנעצאָװאַ און אירקע זראָבאָק

ייִדיש און אוקראַיִנע טײלן זיך מיט אַ לאַנגער, רײַכער געשיכטע פֿון ליטעראַרישע פֿאַרפֿלעכטונגען. אין דער אונטערנעמונג רעדן מיר אַרום װי אַזױ מע האָט צו שטאַנד געבראַכט אַזעלכע פֿאַרבינדונגען דורך איבערזצונגען צװישן ייִדיש און אוקראַיִניש. אין ערשטן טײל פּרעזענטירן מיר אַן אַרײַנפֿיר אין דער ייִדישער קולטור אין אוקראַיִנע נאָך דער אָקטאָבער־רעװאָלוציע, דער פּאָליטיק פֿון איבערזעצונגען אין ראַטנפֿאַרבאַנד און איבערזעצונגען צװישן די צװײ שפּראַכן במשך פֿון די 1930ער יאָרן. אין צװײטן טײל רעפֿערירט די ייִדישיסטקע און איבערזעצערקע אירקע זראָבאָק װעגן די אוקראַיִנישע פּובליקאַציעס פֿון ייִדישע שרײַבערס אין די אָקאָרשטיקע יאָרצענדליקער. דערצו פּרעזענטירט זי איר אײגענעם איבערזעצונג־פּרױעקט.

קאַטערקינאַ קוזנעצאָװאַ איז אַ פֿאָרשערין פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און אַ ייִדיש־לערערקע װאָס װױנט אין בערלין. זי האָט אַ מאַגיסטער־דיפּלאָם אין ייִדיש־לימודים פֿון דעם העברעישן אוניװערסיטעט אין ירושלים מיט אַ טעזיס װעגן די איבערזעצונגען פֿון די װערק שלום־עליכמס.

אירינאַ (אירקע) זראָבאָק, אַ גבױרערנע פֿון לעמבעריק, װױנט אין בערלין זינט אָנהײב מלחמה. זי איז אַן איבערזעצערין און אַ געלערנטע אין דער ייִדישער ליטעראַטור. איקרע אַרבעט מיטן פֿאָרשונג־ און פֿאַרלעגרײַ־פֿאַרײן „דוך אי ליטעראַ“ װעלכער האָט פּובליקירט, צװישן אַנדערע, איבערזעצונגען פֿון ייִדיש אױף אוקראַיִניש װי אױך פֿאָרשונגען לגבי ייִדישע לימודים.

דאָנערשטיק, דעם 1סטן דעצעמבער 2022, 19 אַ״ז
לכּבֿוד דער אױסשטעלונג מיר זענען דאָ!  [פֿאָטאָגראַפֿיעס]

די אונטערנעמונג װעט פֿאָרקומען אױף דער ענגלישער שפּראַך מיט בײַשפּילן פֿון פּאָעזיע אױף ייִדיש און אוקראַיִניש.

נאָװילאַ
האַסלװערדער שטראַסע 22
12439 בערלין־שענעװײַדע

אַרײַנטיט בחינם – בײַשטײַער אָנגעלײגט

מיט דער פֿרײַנדלעכער אונטערשטיצונג פֿון דער פּאַרטנערשאַפֿט פֿאַר דעמאָקראַטיע שענעװײַדע מיט געלטער פֿון דער פֿעדעראַלער פּראָגראַם „באַלעבן דעמאָקראַטיע!“

9טן נאָװעמבער׃ אױפֿעפֿענונג פֿון דער אױסשטעלונג „מיר זענען דאָ“

Poster der Ausstellung MIR ZENEN DO!
פֿליבלעטל פֿאַר „מיר זענען דאָ“, נאָװעמבער 2022

די אױסשטעלונג „מיר זענען דאָ“ הײבט זיך אָן דעם 9טן נאָװעמבער אין דער בערלינער גאַלעריע און קולטור־צענטר „נאָװילאַה“. אױף דער אױסשטעלונג קען מען זען די װערק (פֿאָטאָגראַפֿיעס, צײַכנונגען און קאָלאַזשן) פֿון צװײ קינסטלער, העלמוט יוליוס פּסאָטאַ ז״ל און אַרנט בעק.

די אױסשטעלונג איז געװידמעט דעם 10טן יאָרצײַט פֿון פּסאָטאַ (1937-2012) און װײַזט זײַנע װערק פֿון פֿאַרשידענע פּעריאָדן. אינעם פֿאָקוס פֿון איר זענען די „ראָזאַ־פּאַראַפֿראַזן“, דער ציקל װאָס איז אַ טײל פֿון דער קאָלאַזש־סעריע „פּאָרנאָגראַפֿיע“ (1978-1979). אינעם װערק האָט פּסאָטאַ רעפּראָדוצירט אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון זײַן מוטער ראָזאַ. שפּעטער האָט ער באַנוצט דאָס בילד װידער און װידער אין פֿאַרשידענע פֿאָרמען און קאָנטעקסטן. 

דער ציקל „אָדע צו דער טױב“ פֿון אַרנט בעק פֿאַרײניקט דאָס ליד פֿון סוצקעװער מיטן בילד פֿון דער טױב מאַרטע, דער לעצטער פֿון די צפֿון־אַמעריקאַנישע פּאַסאַזשיר־טױבן, װאָס איז געשטאָרבן אין 1914. פֿריִיִקע װערק פֿון פּסאָטאַ און פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון בעק װעלכע שפּילן מיטן סימבאָל פֿון אַ טױב, קאָמפּלעמענטירן די אָדע. 

די אױסשטעלונג װעט זיך דױערן ביזן 29סטן דעצעמבער. אין איר ראַמען װעלן אָרגאַניזירט װערן קאָנצערטן און רעפֿעראַטן װעגן ייִדישער קונסט און קולטור. 

אױפֿעפֿענונג׃ דעם 9טן נאָװעמבער, 19 אַ״ז
מוזיק׃ זשעניאַ אָקס
(פֿײסבוק־זײַטל)

נאָװילאַ
האַסלװערדער שטראַסע 22
12439 בערלין־שענעװײַדע

גאַסט־שעהען׃ מיטװאָך 18-21 אַ״ז | שבת 14-19 אַ״ז | זונטיק 14-17 אַ״ז,
בשעת יעדער אונטערנעמונג און בײַ באַשטעלונג׃
mobe@movingpoets.org | +49 177 3154530

פֿאַרמאַכט דעם 24סטן און 25סטן דעצעמבער

***

װײַטערע אונטערנעמונגען אין צוזאַמענאַרבעט מיט ייִדיש־בערלאין׃

22סטן נאָװעמבער, 19 אַ״ז׃ „אוקראַיִנע אין די װערק פֿון שלום־עליכם“ מיט אָלעקסאַנדראַ אוראַלאָװאַ (פֿײסבוק־זײַטל)

1טן דעצעמבער, 19 אַ״ז׃ „ייִדיש און אוקראַיִנע. אַ בליק אַדורך דער איבערזעצונג“ מיט קאַטערינאַ קוזנעצאָװאַ און אירקע זראָבאָק (מער פּרטים, פֿײסבוק־זײַטל)

8טן דעצעמבער, 20 אַ״ז׃ „קװיר ייִדיש“ מיט דזשײק שנײַדער (פֿײסבוק־זײַטל)

14טן דעצעמבער, 19 אַ״ז: „נײַער ייִדישער געזאַנג“ מיט סװעטאַ קונדיש און פּעטריק פֿאַרעל (פֿײסבוק־זײַטל)

29סטן דעצעמבער, 20 אַ״ז׃ „ה.י. פּסאָטאַס יאָרצײַט“ מיט אַרנט בעק (פֿײסבוק־זײַטל)

פּרטימדיקע אינפֿאָרמאַציע װעלן מיר באַלד אַרױסגעבן דאָ.