7 אַפּריל: אױפֿעפֿענונג פֿון דער אױסשטעלונג „אַבֿרהם נחום שטענצל“

רחל ליכטנשטײן, מענטשעסטער שרײַבער־שול, מענטשעסטער פּאָעזיע־ביבליאָטעק און ייִדיש.בערלין פּרעזענטירן:

Stencil with the face of the Yiddish writer Avrom Nokhem Stencl, with descriptions in Yiddish language for an exhibition in Berlin.
א.נ. שטענצל, שטענציל: אַרנט בעק, גראַפֿיק: סאַשע קאָסטענקאָ

אַבֿרהם נחום שטענצל (1897—1983)

ייִדישער דיכטער – פּאָעט פֿון װײַטשעפּל – בערלינער באָהעם

אױסשטעלונג | פֿירלײענונג | ראַדיאָ־דאָקומענטאַר| פֿילם

עלזע לאַסקער־שילער האָט אים אָנגערופֿן „האַמיד“, אַרנאָלד צװײַג האָט אָנגשריבן אַ הקדמח פֿאַר אים און טאָמאַס מאַן האָט געזונגען די שבֿחים פֿון זײַן פּאָעזיע׃ אַבֿרהם נחום שטענצל, אַ בערלינער פֿון 1921 ביז 1936, איז געװען צװישן די סאַמע געראָטנסטע מאָדערנע ייִדישע דיכטערס אין דײַטשלאַנד בעת דער װײַמאַרער רעפּובליק, האָט ער פֿאַרלײגט דעם יסוד פֿון זײַנע פֿילזײַטיקע און שפֿעדיקע פּאָעטישע װערק אָט דאָ אין בערלין. צוזאַמען מיט דער שרײַבערין און קינסטלערין רחל ליכטנשטײן, דער מענטשעסטער שרײַבער־שול און דער מענטשעסטער פּאָעזיע־ביבליאָטעק פּרעזענטירט פֿאַר אײַך ייִדיש.בערלין אַ שיער נישט פֿאַרגעסענעם בערלינער.

די אױסשטעלונג גיט אַ בילד־ און טעקסט־אַרײַנפֿיר צו שטענצלס כּלערלײיִק לעבן, נעמט אַרײַן אױסצוגן פֿון די סקיצעביכער רחל ליכטנשטײנס און פּרעזענטירט אױך אַ ראַדיאָ־דאָקומענטאַר און אַ פֿילם לגבי שטענצל צום צוהערן און צוזען זיך אין דער גאַלעריע.

7 אַפּריל 2023, 20 אַ״ז׃ אױפֿעפֿענונג מיט אַ פֿילמװײַזונג װעגן שטענצל און אַ דיסקוסיע מיט רחל ליכטנשטײן
8 אַפּריל 2023, 20 אַ״ז׃ ייִדיש.בערלין לײענט אַבֿרהם נחום שטענצל
9 אַפּריל 2023, 16 אַ״ז׃ אָפֿענער לײענקרײַז
11 אַפּריל 2023, 19 אַ״ז׃ דריטער סדר אין סטיל פֿון „שמועס און װײַן“ (אױף מאַמע־לשון)

גאַלעריע צײַטזאָנע
אַדאַלבערטגאַס 79
10997 בערלין־קרײצבאַרג

Logo Manchester Metropolitan University and Manchester Poetry Library