11 אַפּריל׃ דריטער סדר אין סטיל פֿון „שמועס און װײַן“ (אױף מאַמע־לשון)

בילד פֿון דזשײק שנײַדער

שױן העכער אַ יאָר טרעפֿט זיך אונדזער גרופּע „שמועס און װײַן“ בערך צװײ מאָל אַ חודש אין בערלינער קרעטשמעס, פּאַרקן, דירות, ביכערקראָמען און הײף מיט זײער אַ פּשוטן קאָנצעפּט׃ צו פֿאַרברענגען צוזאַמען רעדנדיק בלױז אױף ייִדיש און מאַכן אַ לחײם מיט אַ גלעזעלע װײַן אָדער ביר. דערבײַ זענען צװישן זעקס (געמיטלעך), צװעלעף (דורכשניטלעך) און אַפֿילו פֿערציק (די גאַסן־מסיבה יענעם זומער). אױסער אַ צומאָליקן ברעטשפּיל צי אַ ספּאָנטאַנעם זינגערײַ איז אונדזער סטרוקטור בכּיװן הפֿקר.

אײן זעלטנער בײַשפּיל פֿון סטרוקטור איז פֿאָרגעקומען אין אַפּריל פֿאַראַיאָרן, אַ פּאָר חדשים נאָכן פֿאָרלײגן די גרופּע, װי לאָראַ רעדאָש האָט אונדז פֿאַרבעטן צו זיך אין דער הײם אױף אַ „פּסח־סאַלאָן“. האָבן מיר פֿאָרגעלײענט ייִדישע לידער אַלטע און נײַע, געזונגען אַשכּנזישע פּסח־קלאַסיקערס און דעקלאַמיר אױסצוגן פֿון אַן אַלטיטשקער בונדיסטישער הגדה. אַזױ אַרום האָבן מיר – נישט װיסנדיק – באַנײַט אַ שיִער נישט פֿאַרגעסנעם מנהג װאָס שטאַמט פֿון 1910: דעם „דריטן סדר“. לעבן די צװײ טראַדיציאָנעלע סדר־אָװנטן אין אָנהײב פֿון יום־טובֿ איז דער דריטער סדר אַן אָפֿענער אָרט פֿאַר טראַכטונגען, הײַנטצײַטיקע אױסטײַטשן און שעפֿערישע אױסדרוקן.

הײַיאָר, בשעת דער אױסשטעלונג לכּבֿוד דעם דיכטער אַבֿרהם נחום שטענצל, האָבן מיר באַשלאָסן װידער אַ מאָל צו פּראַװען אַ דריטן סדר (דאָס מאָל בכּיװן) אין גאַלעריע צײַטזאָנע, װי די 25טע טרעפֿונג פֿון „שמועס און װײַן“. ייִדיש־רעדערס פֿון אַלע מדריגות זענען פֿאַרבעטן צו פֿאַרברענגען מיט אונדז און זיך טײלן מיט אַ ליד (געזונגען, געשפּילט צי פֿאָרגעלײענט), אַ װיץ, אַ טעקסט, אַ קונסטװערק אָדער אַן אַנדער בײַטראָג – צי אַן אײגענע שאַפֿונג, צי אַן אַנטדעקונג –  צו די טעמעס פּסח אָדער באַפֿרײַונג. אַנישט קומט בלױז, הערט זיך צו און רעדט מיט אונדז אַ ייִדיש װאָרט. לכּבֿוד דעם יום־טובֿ איז פֿאַראַן אַ סך װײַן.

אױב איר זענט שױן פֿאַרנומען דעם אָװנט, איר רעדט אָבער ייִדיש און האָט חשק בײַצוזײַן בײַ אַ טרעפֿונג פֿון „שמועס און װײַן“, זײַט אַזױ גוט און שרײַבט אונדז אַ בליצבריװ׃ 

nayes [at] yiddish.berlin

מיר האָבן אױכעט אָרגאַניזירט טרעפֿונגען אין תּל־אַבֿיבֿ און ניו־יאָרק. הלװאַי זאָלן מיר שױן באַלד צעשפּרײטן דאָס קאָנצעפּט אין װײַטערע שטעט.

דעם 11טן אַפּריל 2023, 19 אַ״ז

גאַלעריע צײַטזאָנע
אַדאַלבערטגאַס 79
10997 בערלין־קרײצבאַרג

תגובה אחת בנושא “11 אַפּריל׃ דריטער סדר אין סטיל פֿון „שמועס און װײַן“ (אױף מאַמע־לשון)”

סגור לתגובות.