מיט יאָרן פֿאַרן אָנלײגן „ייִדיש.בערלין“ װי אַ גרופּע אין 2019 איז געװען פֿאַראַן אַ בערלינער ייִדיש־לײענקרײַז, װעלכן תּל חבֿר־כיבאָװסקי האָט געגרינדט אינעם פּױליש־דײַטשן ביכערקראָם בוך|בונד. נאָך תּלס אַװעקצי פֿון בערלין האָט עילי האַלפּערן ממשיך געװען מיטן קרײַז אײדער אַרנט בעק האָט אים, צום סוף, איבערגענומען אין 2016. ביז 2020 האָט זיך געטראָפֿן אַ גרופּעלע ייִדישיסט/קעס כּמעט יעדן זונטיק כּדי צו לײענען און דיסקוטירן ייִדישע װערק, מערסטנס פּראָזע, פֿון כּלערלײ שרײַבער/קעס.
נאָך אַ מגיפֿה־הפֿסקה האָט דער לײענקרײַז װידער אָנגעהױבן און טרעפֿט זיך הײַנט צו טאָג יעדן זונטיק אין גאַלעריע צײַטזאָנע. לעצטנס װידמעט זיך די גרופּע די בערלינער װערק פֿון אַבֿרהם נחום שטענצל.
לכּבֿד דער אױסשטעלונג װעגן שטענצל האָט מען איצט צום ערשטן און אפֿשר אײנץיקן מאָל די געלעגנהײט צו באַזוכן דעם לײענקרײַז װי אַ גאַסט, אַפֿילו אױב מען פֿאַרשטײט נישט קײן ייִדיש. כאָטש דער עיקר זענען פֿאָרט פֿאַרבעטן ייִדיש־רעדערס פֿון אַלע מדרגות אָנטײל צו נעמען מיטן לײענען און דיסקוטירן.
דאָס מאָל װעט מען אַרומרעדן שטענצלס אַ פּאָעמע מיטן נאָמען „אױפֿן ראָג“ װאָס איז אַרױס אין בערלין אין יאָר 1935. װי ס’רובֿ פֿון זײַנע בערלינער װערק איז די פּאָעמע נאָך קײנמאָל איבערגעזעצט געװאָרן אין קײן אַנדער שפּראַך. גענוג עקזעמפּלאַרן װעלן זײַן פֿאַראַן אין דער גאַלעריע, אָבער אױב איר האָט חשק זיך צוצוגרײטן אין פֿאַרױס (װאָס איז נישט נײטיק) קענט איר דאָ געפֿינען די פּאָעמע׃
אַבֿרהם נחום שטענצל, „אױפֿן ראָג“, בערלין 1935 (PDF)
דען 9טן אַפּריל 2023, 16 אַ״ז
גאַלעריע צײַטזאָנע
אַדאַלבערטגאַס 79
10997 בערלין־קרײצבאַר