מאַרץ און אַפּריל 2024. קומעדיקע אונטערנעמונגען, נײַעס

כאָטש לעצטנס איז ייִדיש.בערלין געװען װײניקער אַקטיװ װי אַן אָפֿיציעלע (דאָס הײסט, באמת גאָר אומאָפֿיציעלע) גרופּע, איז די דעצענטראַליזירטע ייִדיש־סבֿיבֿה אין בערלין פֿאָרט שפּרודלדיקער װי תּמיד.

עס קומען באַלד פֿאָר אין אונדזער שטאָט אַ גאַנצע רײ אונטערנעמונגען מיט אַ שײַכות צו ייִדיש ׃

אַ חוץ דעם װילן מיר מעלדן עטלעכע נײַעס װעגן די אַנטװיקלונגען אין דער דאָיקער ייִדיש־סבֿיבֿה׃

  • לעצטנס האָט דער פֿאָרװערטס אַרױסגעגעבן אַן אַרטיקל אױף ענגליש װעגן דעם בערלינער ייִדיש־שמועס־קרײַז „שמועס און װײַן“. באַלד פֿײַערט מען די פֿופֿציקסטע טרעפֿונג. דער „גבאי“ פֿון שמועסקרײַז, דזשײק שנײַדער, האָט געמאַכט אַ רעפֿעראַט מיט עצות װי אַזױ צו גרינדן און אױפֿצוהיטן אַזאַ קרײַז, געשטיצט פֿון קלעז־קאַליפֿאָרניע (פֿאַראַן אַ רעקאָרדירונג אױף יוטוב). מע האָט אים אױך אינטערװיויִרט פֿאַרן פּאָדקאַסט „פּראָסטע ייִדיש“ אױף, נו, פּראָסטן ייִדיש.
  • די מיטגלידער פֿון אַ נײַער ייִדיש־שרײַבקרײַז, קאָאָרדינירט פֿון קאַטערינאַ קוזנעצאָװאַ, טרעפֿן זיך אַלע צװײ װאָכן כּדי אַרומצורעדן זײערע אײגענע לידער. פֿאָרגעלײען האָבן זײ אױך די נײַע װערק בײַם לאָנדאָנער „ייִדישן אָפֿענעם מיקראָפֿאָן־קאַפֿע“ און אױף אַ פֿאָרלײענונג אַן אָרגאַניזירטער פֿון בית־לײװיק צום אָנדענק פֿון משה דוד גיסער.
  • דער לאַנגיאָריקער לײענקרײַז, אָרגאַניזירט פֿון אַרנט בעק, װידמעט זיך װײַטער אונדזער בערלינער זײדן אַבֿרהם נחום שטענצלען. נישט נאָר לײענען די אָנטײל־נעמערס זײַנע לידער יעדן זונדיק, נאָר זײ זעצן אױך איבער עטלעכע פֿון זײ אױף פֿיר שפּראַכן.

מע האַלט אין מיטן שאַפֿן אַ קלײנטשיקע ביבליאָטעק מיט ביכער אױף און װעגן ייִדיש אונטערן נאָמען „דאָס בערלינער טשעמאָדאַן ביבליאָטעקל“. נאָך אַ ספּאָנטאַנער אַקציע צו שאַפֿן געלט (איר קענט נאָך אַלץ געבן צדקה דאָ) זענען דרײַ פֿון אונדז געפֿאָרן קײן האַמבורג פֿאַר אַ ביכער־יאַריד פֿון דער שלמה־בירנבױם־געזעלשאַפֿט. צום סוף זענען מיר יאָ אַהײמגעפֿאָרן מיט אַ טשעמאָדאַן אַ פֿולן מיט ייִדישע ביכער.