
בערלינס לעגענדאַרישער ייִדישער קולטור־פֿעסטיװאַל שטעטל בערלין הײבט אָן דינסטיק! גיב אַ קוק אױפֿן צײַטפּלאַן און באַשטעל דײַנע בילעטן. מיר זען זיך קומענדיקע װאָך!

פּרעזענטירט

בערלינס לעגענדאַרישער ייִדישער קולטור־פֿעסטיװאַל שטעטל בערלין הײבט אָן דינסטיק! גיב אַ קוק אױפֿן צײַטפּלאַן און באַשטעל דײַנע בילעטן. מיר זען זיך קומענדיקע װאָך!

דעם 27טן נאָװעמבער װעלן הײַנטצײַטיקע ייִדישע דיכטערינס קאַטערינאַ קוזנעצאָװאַ און יעל מערליני לײענען לידער פֿון מלכּה לי (1904-1976) און רעדן װעגן איר לעבן און װערק. מלכּה לי איז געקומען קײן ניו־יאָרק פֿון אַ קלײן שטעטל אין אוקראַינע און האָט צוגעגעבן צו דער ייִדישער פּאָעזיע איר אײנציקאַרטיקן קול. צוזאַמען װעלן מיר רעדן װעגן די טעמעס פֿון װײַבערשער דערפֿאַרונג אין אירע לידער, װעגן דעם לײַב, סעקסואַליטעט, מוטערשאַפֿט, און שעפֿערישן זעלבסט־אױסדרוק.
אונטערנעמונג אין ענגליש און ייִדיש.
אַ טײל פֿון דער אױסשטעלונג mili | Milly | מילי
אַרײַנטריט בחינם. צדקה אָנגעלײגט.
27סטן נאָװעמבער, 7:30 אַ״ז.
גאַלעריע צײַטזאָנע
אַדאַלבערטגאַס 79
10997 בערלין־קרײצבאַרג
איך װאָלט װעלן צו עמעצן שרײַבן
(ציליע דראַפּקין)
אַ ליבע בריװ, אַ ליבע בריװ…

פֿון װעלכן חומר װאַקסן ליבעבריװ? פֿון צאַרטע ליבע־דערקלערונגען, שבֿועות אין אײביקער טרײַהײט, אומדרײסטערע װערטער פֿון אַנציקונג, און האָפֿענונגען. און אױך׃ פֿון חשק, תּאװה, הירהורים – און אױך בענקעניש נאָכן באַליבטן גוף, און בענקעניש בכלל – און פּײַן פֿון ליבע אָן קעגנליבע, אײפֿערזוכט־לײד, צװײפֿל, ספֿקות, מורא – און אַ מאָל טרױער נאָך דער ליבע װאָס איז שױן פֿאַרבײַ, דער ליכטיקער אומעט װעגן פֿאַרגאַנגענהײט. בקיצער, דער גאַנצער קאַלײדאָסקאָפּ פֿון מענטשלעכע געפֿילן. און ייִדישע דיכטער*ינס װײסן אַ סך װעגן דעם.
איז קומט אױפֿן פּאָעזיע־אָװנט דעם 13טן פֿעברואַר כּדי צו אױספֿאָרשן די ניואַנסן פֿון ליבע דורך די שורות פֿון אַלטער און נײַער ייִדישער דיכטונג.
מיט׃
לויִיזע פֿאַקלער, קאַטערינאַ קוזנעצאָװאַ, יעל מערליני, דזשאָרדן לי שנײ, דזשײק שנײַדערן – און נאָך!
אַרײַנפֿיר און מאָדעראַציע׃
אָשן עװאַנס שאַרמאַ און מישעל בערנשטײן
אַרײַנטריט בחינם. צדקה אָנגעלײגט.
דעם 13טן פֿעברואַר 2025. די טירן עפֿנען זיך 18 אַ״ז. עס הײבט זיך אָן 18:30.
קאַפֿע שאַגאַל
קאָלװיץ־גאַס 2
10405 בערלין (פֿרענצלבערג)

15.08.2024 — 28.08.2024
ייִדיש בערלין פּרעזענטירט:
יעװגעני פֿיקס
נאַטאָ אין ייִדישלאַנד
נאַטאָ אין ייִדישלאַנד, אַן אױסשטעלונג פֿון יעװגעני פֿיקס, סאַטיריזירט און דעקאָנסטרויִרט דעם סכּנת־נפֿשותדיקן פּאַטאָס פֿון פֿאַרברענטן נאַציאָנאַליזם, פּאַטריאָטיזם און מיליטאַריזם. זי בלײַבט עקשנותדיק בײַם נישט־מלוכישן קאָנצעפּט פֿון „ייִדישלאַנד“ װי אַ דרינגעװדיקע אַלטערנאַטיװ. ייִדישלאַנד פּרעטענדירט נישט אױף קײן שטח צי טערעטאָריע. נאַטאָ אין ייִדישלאַנד שפּיגלט אָפּ די קינסטלעכקײט פֿון נאַציאָנאַלע אײַנטײלונגען לױטן קוקװינקל פֿון ייִדיש־קולטור און אַשכּנזישער ציװיליזאַציע אין אײראָפּע. דעריבער פֿאָדערט זי דאָיִקײט, קאָזמאָפּאָליטיזם, מקף־אידענטיטעטן און פֿילשפּראַכיקײט.
***
בײַ דער אױסשטעלונג פּראַװען מיר אױך דעם 5טן יובֿל זינט דער גרינדונג פֿון ייִדיש.בערלין. דערװײַל האָבן אָן אַ שיִער מענטשן אַרײַנגעלײגט זײער אידעאַליזם, שעפֿערישקײט און טײַערע אומבאַצאָלטע אַרבעט אינעם שליחות צו קולטיװירן די פֿרוכטבאַרע ערד, פֿון װעלכער עס װאַקסט אַרױס אַ נײַע ייִדיש־סבֿיבֿה אין בערלין. צוליב דעם אַװעקפֿאַל פֿון אַ פֿינאַנצירונג אין דער לעצטער מינוט, האָבן מיר געדאַרפֿט באַצאָלן די הוצאָות פֿאַר דער אױסשטעלון פֿון די אײגענע קעשענעס. אַז איר האָט אַ גראָשן צװײ איבעריק, זײַט אַזױ גוט און שטיצט אונטער די אױסשטעלונג און די צוקונפֿט פֿון ייִדיש אין בערלין׃
גיט אַ בײַשטײַער איבער „פּײ־פּאַל“
[ייִדיש.בערלין בלײַבט אַן אומאָפּהענגיקע גרופּע אָן קײן מלוכישן סטאַטוס. דערפֿאַר זאַמלען מיר נדבֿות דורך אַ פּריװאַטער קאָנטע]
***
אױפֿעפֿענונג: דאָנערשטיק, 15טן אױגוסט 2024, 19 אַ״ז
יעװגעני פֿיקס װעט בײַזײַן.
מוזיק׃ זשעניאַ אָקס
קינסטלער־שמועס: זונטיק, 18טן אױגוסט 2024, 18 אַ״ז
מיט יעװגעני פֿיקס. דערצו׃ אַ װיזועלער קוק צוריק אױף 5 יאָר
ייִדיש.בערלין פֿון אַרנט בעק
„שמועס און װײַן“ + אָפֿענער מיקראָפֿאָן (בלױז פֿאַר ייִדיש־רעדערס)
מיטװאָך 21סטן אױגוסט 2024, 19 אַ״ז
לײען־װאַרשטאַט אױף ייִדיש און ענגליש׃ זונטיק, 25סטן אױגוסט 2024, 17 אַ״ז„פּאָגראָמען אין דער סאָװעטיש־ייִדישער פּאָעזיע“
מיט קאַטערינאַ קוזנעצאָװאַ
פֿיניסאַזש׃ מיטװאָך, 28סטן אױגוסט 2024, 19 אַ״ז
טאָג־טעגלעך 16—18 אַ״ז
בשעת די װײַטערדיקע פּראָגראַמען
און נאָך אָפּמאַך.
גאַלעריע צײַטזאָנע
אַדאַלבערטגאַס 79
10997 בערלין־קרײצבאַרג
כאָטש לעצטנס איז ייִדיש.בערלין געװען װײניקער אַקטיװ װי אַן אָפֿיציעלע (דאָס הײסט, באמת גאָר אומאָפֿיציעלע) גרופּע, איז די דעצענטראַליזירטע ייִדיש־סבֿיבֿה אין בערלין פֿאָרט שפּרודלדיקער װי תּמיד.
עס קומען באַלד פֿאָר אין אונדזער שטאָט אַ גאַנצע רײ אונטערנעמונגען מיט אַ שײַכות צו ייִדיש ׃
אַ חוץ דעם װילן מיר מעלדן עטלעכע נײַעס װעגן די אַנטװיקלונגען אין דער דאָיקער ייִדיש־סבֿיבֿה׃
מע האַלט אין מיטן שאַפֿן אַ קלײנטשיקע ביבליאָטעק מיט ביכער אױף און װעגן ייִדיש אונטערן נאָמען „דאָס בערלינער טשעמאָדאַן ביבליאָטעקל“. נאָך אַ ספּאָנטאַנער אַקציע צו שאַפֿן געלט (איר קענט נאָך אַלץ געבן צדקה דאָ) זענען דרײַ פֿון אונדז געפֿאָרן קײן האַמבורג פֿאַר אַ ביכער־יאַריד פֿון דער שלמה־בירנבױם־געזעלשאַפֿט. צום סוף זענען מיר יאָ אַהײמגעפֿאָרן מיט אַ טשעמאָדאַן אַ פֿולן מיט ייִדישע ביכער.

פּראָגראַם | לידער און איבערזעצונגען טײל 1 | לידער און איבערזעצונגען טײל 2
דער אינטערנאַציאָנאַלער פֿרױענטאָג איז אַ װיכטיקער יום־טובֿ פֿאַר אונדז. הײַיאָר װעלן מיר אָבגעבן כּבֿוד די פֿרױען װאָס האָבן געשאַפֿן ייִדישע ליטעראַטור זינט די מיטל־עלטער.
מיר װעלן פֿאָרלײענען די װערק פֿון באַרימטע ייִדישע דיכטערינס, למשל קדיע מאָלאָדאָװסקי, ציליע דראַפּקין און רחל קאָרן, און אױכעט װײניקער באַקאַנטע אױטאָרינס.
אָבער מיר זאָלן נישט נאָר קוקן אױף דער פֿאַרגאַנגענהײט! דערפֿאַר אינעם צװײטן טײל װעלן פּרעזענטירן בערלינער ייִדישיסטקעס זײערע װערק, מוזיק, פּאָעזיע און איבערזעצונגען פֿון ייִדיש.
מיט:
ראָזאַמאָנד פֿאַן װינגערדען | אירקע זראָבאָק | סאַנדראַ ישראל-ניאַנג | סאַשאַ לוריא | רײזע מינצער־סװיני | יעל מערליני | מאַריאַ סטאַזשעראָװאַ | לויִזע פֿאַקלער | קאַטערינאַ קוזנעצאָװאַ
אַרײַנטריט בחינם, נדבֿות זענען זײער אָנגעלײגט.
דעם 8טן מאַרץ 2024, 18 אַ״ז
קונסט.שטאָט.מענטשן
אָראַניענבורגערר גאַס 32
10117 בערלין
„אײַך האָבן די מערדער צוגענומען מיט װאָס צו זען און מיר האָבן זײ צוגענומען װאָס צו זען.“
אַ שפּיטאָל אין ראַטנפֿאַרבאַנד, 1946. טראָפּימאָװ שלאָפֿט נישט אײַן. אין דער פֿרי װעט מען אַראָפּנעמען זײַנע באַנדאַזשן, װעט ער זיך דערװיסן צי ער קען זען. ד״ר סופֿרן, װאָס האָט אים אָפּערירט, קומט צו חלום די מאַמע װעלכע ער װעט קײנמאָל מער נישט זען.
אױפֿן סמך פֿון דוד בערגעלסאָנס (1884-1952) אַ דערצײלונג געשריבן באַלד נאָך דער מלחמה. בערגעלסאָן איז געװען צװישן די גרעסטע ייִדישע שרײַבערס בערלינס אין די 1920ער יאָרן.
דראַמאַטיזירט פֿון דוד ליכט
איניציִיִרט און רעזשיסירט דורך דניאל גאַלאַי‘ען, ראָש פֿון בית לײװיק אין תּל־אַבֿיבֿ
פֿאָרגעלײענט אױף ייִדיש
אַנסאַמבל׃ דניאל גאַלאַי װי יעראַפֿײ סימיאַנאָװיטש טראָפּימאָװ, דזשײק שנײַדער װי ד״ר סופֿר, חנה ראָזנפֿעלד װי די קראַנקנשװעסטער און אָשן עװאַנס שאַרמאַ װי דער נאַראַטאָר
דעם 8טן אָקטאָבער 2023, 16 אַ״ז
גאַלעריע צײַטזאָנע
אַדאַלבערטגאַס 79
10997 בערלין־קרײצבאַר
די געשיכטע שרײַבן די מעכטיקע. נאָר, װאָס געשעט אַז די אָנמעכטיקע עקשנען זיך בײַם אױפֿהיטן און אױסטײַטשן די אײגענע איבערלעבענישן? אַז זײ פֿאַרשפּרײטן די עדותן אױף בסודיקע אַסיפֿות און גיבן זײ אַרױס אין אונטערערדישע צײַטונגען? אַז זײ זענען מקבר די אַרכיװן אין מילך־פּושקעס, די לעבן געבליבענע זאָלן זײ שפּעטער קענען לײענען? צו װאָס שרײַבט מען קאָלעקטיװע און שעפֿערישע פּינקסים אױף אַ שפּראַך אָן קײן אַרמײ, אָן קײן פֿלאָט? װי אַזױ װערן פֿון אונדזערע געשיכטעס – היסטאָריעס?
„ייִדישע גערילע־היסטאָריעס“ װעט אױסגראָבן און איבערזעצן אַ בינטל צולהכעיסדיקע זכּרון־אַקטן אַזעלכע פֿון 1914 ביז 2023 – לידער (געשריבענע, געזונגענע) און סאַגעס – כּדי זײ צו פּרעזענטירן פֿאַר אַ חבֿרה בטוחים.
פֿירלײענונג און פּרעזענטאַציע אױף ענגליש און ייִדיש
–
מיט די ספּעציעלע געסט שׂרה זילבערשטײן שװאַרץ און זוהר װײַמאַן־קעלמאַן צוזאַמען מיט די בערלינער ייִדישיסטן גולי דולבֿ־השילוני, קאַטערינאַ קוזנעצאָװאַ, דזשײק שנײַדער, מיכאַעלאַ קאָבסאַ־מאַרק, רײזע פֿאַן װינגערדען און יאַנינאַ װוּרבס
די פּראָגראַם נעמט אַרײַן ייִדישע טעקסטן פֿון רחל אױערבאַך, אַננאַ מאַרגאָלין, מלכּה לי, לײב קװיטקאָ ,אירענאַ קלעפּפֿיש, חװה ראָזענפֿאַרב און יענטע מאַש, דערצו אַ ביסל מוזיק
אַ פּרױעקט פֿון ייִדיש.בערלין, קוראַטירט דורך דזשײק שנײַדער
אַרײַנטריט בחינם, נדבֿות פֿאַר די אַרױסטרעטערס זײער אָנגעלײגט

שױן זײער באַלד, 4טן מײַ, הײבט זיך אָן דער פֿעסטיװאַל “שטעטל בערלין“! פֿיר טעג פֿון מוזיק, געזאַנג, טאַנצן, און ייִדישער קולטור אָט דאָ אין אונדזער שטאָט. מיר, ייִדיש.בערלין, װעלן אױך אָנטײלנעמען. שבת רעדן מיר אַ ביסל װעגן ייִדישער פּאָעזיע און זונטיק װעט שמועסקרײַז זײַן אַ טײל פֿונעם “פּאַב־קראָול“. קומט און פֿאַרבגרענגט מיר אונדז אין דער סבֿיבֿה פֿון הימלישע קלאַנגען.

מיט אַ געמישטער פּראָגראַם פֿון און װעגן אַבֿרהם נחום שטענצל פּרעזענטירט ייִדיש.בערלין ערשטע בליקן אױף שטענצלס בערלינער תּקופֿה. צוזאַמען מיטן מחבר װאַלגערן מיר דורך בערלינער האַרבעריקן פֿאַר אָנהײמיקער אין די 1920ער יאָרן. מיר הערן זיך צו צו עטלעכע לידער זײַנע אױף ייִדיש מיט נײַע איבערזעצונגען, אַנעקדאָטן פֿון זײַן לעבן און אַ פּאָר אױסצוגן פֿון רחל ליכטענשטײנס נאָך נישט פּובליקירט בוך לגבי דעם דיכטער. אַן אָװנט אױף ייִדיש, ענגליש און דײַטש.
מיט׃ אַרנט בעק | האָרסט בערנהאַרט | הילדע האַבערלאַנד | רחל ליכטנשטײן | דזשאָרדן לי שנײ | דזשײק שנײַדער
דעם 8טן אַפּריל 2023, 20 אַ״ז
גאַלעריע צײַטזאָנע
אַדאַלבערטשטראַסע 79
10997 בערלין־קרײצבאַר