29 דעצעמבער׃ ה.י. פּסאָטאַס 10טע יאָרצײַט

Ein vertikal geteilter Hintergrund, links weiss, rechts schwarz. Vor dem schwarzen Hintergrund steht ein Mensch mit ausgestrecktem Arm vor dem weißen Hintergrund und auf der Hand sitzt eine Dohle.
ה.י. פּאָסטאַ, בערך 1975. פֿאָטאָגראַף׃ אַקילעס רעזנער.

(ליכטבילד־) רעפֿעראַט מיט אַרנט בעק

מיט פּונקט 10 יאָר צוריק איז העלמוט י. פּסאָטאַ ע״ה ניפֿטר געװאָרן – אָן גרױס אױפֿמערק. אַרנט בעק געדענקט אַן אידיאָסינקראַטישן קינסטלער װעלכער האָט געזאַמלט װיכטיקע איבערלעבענישן פֿון זײַן אַנטװיקלונג אין לאַטײַן־אַמעריקע, קלערט אױף זײַן אַרבעט מיט פּסאָטאַס ירושה און װײַזט אָן משלים פֿון קאָנטעקסטן און מאָטיװן אין פּסאָטאַס װערק.

די אױסשטעלונג עפֿנט זיך 18 אַ״ז – צום לעצטן מאָל.

אַרנט בעק אַרבעט פֿאַר זיך װי אַ קינסטלער, בעיקר אין פֿאָטאָגראַפֿיע, צײַכענונג און טעקסט. בבֿחינת ה.י. פּסאָטאַס יורש פֿאַרטרעט ער פּאָסטאַס װערק װי זײַנע אײגענע. שױן עטלעכע יאָר אַרבעט ער אױך אינטענסיװ מיט ייִדיש און איז אײן פֿון די מיסדים פֿון ייִדיש־בערלין.

דאָנערשטיק, דעם 29טן דעצעמבער 2022, 20 אַ״ז
לכּבֿוד דער אױסשטעלונג מיר זענען דאָ [פֿאָטאָגראַפֿיעס]

געעפֿנט פֿון 18 אַ״ז אָן

רעפֿעראַט אױף דײַטש.

נאָװילאַ
האַסלװערדער שטראַסע 22
12439 בערלין־שענעװײַדע

אַרײַנטיט בחינם – בײַשטײַער אָנגעלײגט

מיט דער פֿרײַנדלעכער שטיצונג פֿון דער פּאַרטנערשאַפֿט פֿאַר דעמאָקראַטיע שענעװײַדע מיט געלטער פֿון דער פֿעדעראַלער פּראָגראַם „באַלעבן דעמאָקראַטיע”

14 דעצעמבער׃ נײַער ייִדישער געזאַנג

Sveta Kundish & Patrick Farrell, photo: Tanja Katharina Lindner.
 סװעטאַ קונדיש און פּעטריק פֿאַרעל, פֿאָטאָגראַפֿיע׃ טאַניאַ קאַטאַרינאַ לינדנער

אַ קאָנצערט מיט סװעטאַ קונדיש און פּעטריק פֿאַרעל

עפֿנקאָנצערט פֿון שטעטל בערלינס „נישט־קײן־פֿעסטיװאַל“

זינט בערך אַ יאָרצענדליק אַװאַנסירן סװעטאַ קונדיש און פּעטריק פֿאַרעל דאָס הײַנטצײַטיקע ייִדיש־קונסטליד כּמעט אַגבֿדיק. פֿאַרעלס קאָמפּאָזיציעס אָטעמען מיט טיפֿזיניקײט און דערגרונטעװען דעם צװישנשפּיל פֿון האַרמאָניע און קול. אין אײנעם לעבן זיך קונדיש מיט פֿאַרעל אַרײַן אין לידער פֿונעם רײַכן אוצר פֿון ייִדישער פּאָעזיע. לעצטנס איז אַרױס זײער דעביוט װי אַ דועט־פּלאַטע, „נעם מײַן װאָרט“. עס הײסט׃

קונדיש און פֿאַרעל עפֿנען אַ גאַנץ נײַעם קוקװינקל אױף דער װעלט פֿון ייִדישער מוזיק מיט זײער פֿאַרברענטן פֿאָקוס אױף דעם טעקסט און דער מוזוקאַלישער קאָמפּאָזיציע, מיט זײַער איבערגעגעבנקײט אי צו דער מסורה אי צו דער מוזיקאַלישער פּראַקטיק פֿון הײַנט, און דערצו מיט זײער זעלטענער װירטואָזקײט. „נעם מײַן װאָרט“ זאָגט רושמדיק עדות אױף זײער קינסטלערישער שעפֿערישקײט

„דאַנזאָן רעקאָרדס“

סװעטאַ קונסיש איז אַ זינגערין װאָס טרעט אױף מיט אַלערלײ ייִדישער מוזיק דורך גאַנץ אײראָפּע. זי זינגט מיט „קולות פֿון אַשכּנז“ און ”טריקסטער אָרקעסטראַ“, צװישן אַנדערע, און איז אַ געװײנטלעכע לערערקע בײַ „ייִדיש־זומער װײַמער“. אַ געבױרענע פֿון אוקראַיִנע, האָט זי זיך שפּעטער איבערגעקליבן קײן מדינת־ישׂראל. קונדיש האָט דיפּלאָמען פֿון תּל־אַבֿיבֿ־אוניװערסיטעט און פֿון דער פּרײַנער קאָנסערװאַטאָריע אין װין; אין 2017 האָט זי געענדיקט אַ דיפּלאָם אין חזנות בײַם אבֿרהם־גײַגער־קאָלעג אין פּאָצדאַם. איצט אַרבעט קונדיש װי די ערשטע חזנטע אין דער געשיכטע פֿון די ייִדישע קהילות אין נידערזאַקסן (דײַטשלאַנד).

פּעטריק פֿאַרעל איז אַ האַרמאָניע־שפּילער, קאָמפּאָזיטאָר און קאַפּעל־מײַסטער פֿון בריקלין. ער איז אַ קינסטלער מיט „שאַרפֿן הומאָר און אומגעהײערער גיכקײט“ („ניו־יאָרק מוזיק דײלי“) און פֿילט זיך הײמיש אין אַ סך מוזיקאַלישע זשאַנערס. פֿאַרעל האָט געשפּילט אַלץ גאַסט מיט פֿראַנק לאָנדאָנס „כּלי־זמר ברעס אַל־סטאַרס“ און מיט אַלישאַ סװיגאַלס ”כּלי־זמר פֿידל עקספּרעס“. ער איז אױך אַ קאָמפּאָזיראָט, מוזיקאַלישער דירעקטאָר און אַקאָמפּאַניסט פֿאַר עטלעכע טעאַטער־ און טאַנץ־טרופּעס.

מיטװאָך, דעם 14טן דעצעמבער 2022, 19 אַ״ז
לכּבֿוד דער אױסשטעלונג מיר זענען דאָ! [פֿאָטאָגראַפֿיעס]

נאָװילאַ
האַסלװערדער שטראַסע 22
12439 בערלין־שענעװײַדע

אַרײַנטיט בחינם – בײַשטײַער אָנגעלײגט מיט דער פֿרײַנדלעכער אונטערשטיצונג פֿון דער פּאַרטנערשאַפֿט פֿאַר דעמאָקראַטיע שענעװײַדע מיט געלטער פֿון דער פֿעדעראַלער פּראָגראַם „באַלעבן דעמאָקראַטיע

8 דעצעמבער׃ קװיר ייִדיש

newspaper on meir arber
די דרעג־מלכּה דע⸗ליס (המכונה מאיר אַרבער), װעלט־שפּיגל, פּױלן, 1931

מיט דזשײק שנײַדער

ייִדיש איז אַ קװירע שפּראַך. דורות לאַנד מישן ייִדיש־רעדערס זײערע קװירקײט מיט זײער ייִדישקײט, שעפּנדיק פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער שפּראַכס אינטערסעקציאָנאַליטעט כּדי צו שאַפֿן טעאַטער, מוזיק, קונסט, פֿילם און ליטעראַטור װאָס שטײען צו להכעיס אַקעגן אַלטע טאַבוען װײַל זײ נעמען אַרײַן אונדזער קװירן „איך“. לױט שׂרה פֿעלדער׃ „קװירע ייִדישקײט גיט מיר דעם דערלױבעניש צוריקצוקערן צו דער װעלט פֿון באָבע־זײדע אָן איבערצולאָזן זיך אַלײן“. די מולטימעדיע־פּרעזענטאַציע – אַ גיכער טור דורך דער צײַט – הײבט זיך אָן מיט דער בערלינער פּרעמיערע פֿון דער פּיעסע „גאָט פֿון נקמה“ (שלום אַש, 1907), װאָס שפּילט זיך אין אַ ייִדיש הײַזל און שליסט אײַן אַ לעסבישן קוש. דערנאָך זעען מיר משלים פֿון יעדן יאָרצענדליק. צװישן אַנדערע׃

  • „קרוזינג“ אין װילנע אין די 1930ער יאָרן
  • אַ טראַנסמיניקער ישיבֿה־בחור
  • אַ גײער אָקסן־פֿעכטער פֿון ברוקלין
  • אַ ייִדישער איבערמישעניש פֿון מאַרלענע דיטריך
  • קװירע רבנים
  • אַקטיװיזם קעגן אײדס
  • אַ פּאַטשערײַ אױף דער בימה
  • און נאָך און נאָך

דזשײק שנײַדער איז אַן איבערזעצער, ליטעראַטור־טוער, שרטרעבנדיקער ייִדישער דיכטער און אַ שטאָלץ מיטגליד פֿון ייִדיש־בערלין. ער אָרגאַניזירט דעם דאָיקן ייִדיש־שמועס־קרײַז „שמועס און װײַן“ און פֿירט טורן, אױף באַשטעלונג, װעגן דער געשיכטע פֿון ייִדיש־רעדערס אינעם בערלינער קװאַרטאַל „שױנענפֿירטל“. jakeschneider.eu

 די פּרעזענטאַציע װעט פֿאָרקומען אױף ענגליש מיט אַ סך (מערסטנס איבערגעזעצטע) ייִדישע משלים.

דאָנערשטיק, דעם 8סטן דעצעמבער 2022, 20 אַ״ז
לכּבֿוד דער אױסשטעלונג מיר זענען דאָ! [פֿאָטאָגראַפֿיעס]

נאָװילאַ
האַסלװערדער שטראַסע 22
12439 בערלין־שענעװײַדע

אַרײַנטיט בחינם – בײַשטײַער אָנגעלײגט

מיט דער פֿרײַנדלעכער אונטערשטיצונג פֿון דער פּאַרטנערשאַפֿט פֿאַר דעמאָקראַטיע שענעװײַדע מיט געלטער פֿון דער פֿעדעראַלער פּראָגראַם „באַלעבן דעמאָקראַטיע!“

1טער דעצעמבער׃ ייִדיש און אוקראַיִנע – אַ בליק אַדורך דער איבערזעצונג

Talk with Katerina Kuznetsova and Iryna Zrobok

מיט קאַטערינאַ קוזנעצאָװאַ און אירקע זראָבאָק

ייִדיש און אוקראַיִנע טײלן זיך מיט אַ לאַנגער, רײַכער געשיכטע פֿון ליטעראַרישע פֿאַרפֿלעכטונגען. אין דער אונטערנעמונג רעדן מיר אַרום װי אַזױ מע האָט צו שטאַנד געבראַכט אַזעלכע פֿאַרבינדונגען דורך איבערזצונגען צװישן ייִדיש און אוקראַיִניש. אין ערשטן טײל פּרעזענטירן מיר אַן אַרײַנפֿיר אין דער ייִדישער קולטור אין אוקראַיִנע נאָך דער אָקטאָבער־רעװאָלוציע, דער פּאָליטיק פֿון איבערזעצונגען אין ראַטנפֿאַרבאַנד און איבערזעצונגען צװישן די צװײ שפּראַכן במשך פֿון די 1930ער יאָרן. אין צװײטן טײל רעפֿערירט די ייִדישיסטקע און איבערזעצערקע אירקע זראָבאָק װעגן די אוקראַיִנישע פּובליקאַציעס פֿון ייִדישע שרײַבערס אין די אָקאָרשטיקע יאָרצענדליקער. דערצו פּרעזענטירט זי איר אײגענעם איבערזעצונג־פּרױעקט.

קאַטערקינאַ קוזנעצאָװאַ איז אַ פֿאָרשערין פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און אַ ייִדיש־לערערקע װאָס װױנט אין בערלין. זי האָט אַ מאַגיסטער־דיפּלאָם אין ייִדיש־לימודים פֿון דעם העברעישן אוניװערסיטעט אין ירושלים מיט אַ טעזיס װעגן די איבערזעצונגען פֿון די װערק שלום־עליכמס.

אירינאַ (אירקע) זראָבאָק, אַ גבױרערנע פֿון לעמבעריק, װױנט אין בערלין זינט אָנהײב מלחמה. זי איז אַן איבערזעצערין און אַ געלערנטע אין דער ייִדישער ליטעראַטור. איקרע אַרבעט מיטן פֿאָרשונג־ און פֿאַרלעגרײַ־פֿאַרײן „דוך אי ליטעראַ“ װעלכער האָט פּובליקירט, צװישן אַנדערע, איבערזעצונגען פֿון ייִדיש אױף אוקראַיִניש װי אױך פֿאָרשונגען לגבי ייִדישע לימודים.

דאָנערשטיק, דעם 1סטן דעצעמבער 2022, 19 אַ״ז
לכּבֿוד דער אױסשטעלונג מיר זענען דאָ!  [פֿאָטאָגראַפֿיעס]

די אונטערנעמונג װעט פֿאָרקומען אױף דער ענגלישער שפּראַך מיט בײַשפּילן פֿון פּאָעזיע אױף ייִדיש און אוקראַיִניש.

נאָװילאַ
האַסלװערדער שטראַסע 22
12439 בערלין־שענעװײַדע

אַרײַנטיט בחינם – בײַשטײַער אָנגעלײגט

מיט דער פֿרײַנדלעכער אונטערשטיצונג פֿון דער פּאַרטנערשאַפֿט פֿאַר דעמאָקראַטיע שענעװײַדע מיט געלטער פֿון דער פֿעדעראַלער פּראָגראַם „באַלעבן דעמאָקראַטיע!“

9טן נאָװעמבער׃ אױפֿעפֿענונג פֿון דער אױסשטעלונג „מיר זענען דאָ“

Poster der Ausstellung MIR ZENEN DO!
פֿליבלעטל פֿאַר „מיר זענען דאָ“, נאָװעמבער 2022

די אױסשטעלונג „מיר זענען דאָ“ הײבט זיך אָן דעם 9טן נאָװעמבער אין דער בערלינער גאַלעריע און קולטור־צענטר „נאָװילאַה“. אױף דער אױסשטעלונג קען מען זען די װערק (פֿאָטאָגראַפֿיעס, צײַכנונגען און קאָלאַזשן) פֿון צװײ קינסטלער, העלמוט יוליוס פּסאָטאַ ז״ל און אַרנט בעק.

די אױסשטעלונג איז געװידמעט דעם 10טן יאָרצײַט פֿון פּסאָטאַ (1937-2012) און װײַזט זײַנע װערק פֿון פֿאַרשידענע פּעריאָדן. אינעם פֿאָקוס פֿון איר זענען די „ראָזאַ־פּאַראַפֿראַזן“, דער ציקל װאָס איז אַ טײל פֿון דער קאָלאַזש־סעריע „פּאָרנאָגראַפֿיע“ (1978-1979). אינעם װערק האָט פּסאָטאַ רעפּראָדוצירט אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון זײַן מוטער ראָזאַ. שפּעטער האָט ער באַנוצט דאָס בילד װידער און װידער אין פֿאַרשידענע פֿאָרמען און קאָנטעקסטן. 

דער ציקל „אָדע צו דער טױב“ פֿון אַרנט בעק פֿאַרײניקט דאָס ליד פֿון סוצקעװער מיטן בילד פֿון דער טױב מאַרטע, דער לעצטער פֿון די צפֿון־אַמעריקאַנישע פּאַסאַזשיר־טױבן, װאָס איז געשטאָרבן אין 1914. פֿריִיִקע װערק פֿון פּסאָטאַ און פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון בעק װעלכע שפּילן מיטן סימבאָל פֿון אַ טױב, קאָמפּלעמענטירן די אָדע. 

די אױסשטעלונג װעט זיך דױערן ביזן 29סטן דעצעמבער. אין איר ראַמען װעלן אָרגאַניזירט װערן קאָנצערטן און רעפֿעראַטן װעגן ייִדישער קונסט און קולטור. 

אױפֿעפֿענונג׃ דעם 9טן נאָװעמבער, 19 אַ״ז
מוזיק׃ זשעניאַ אָקס
(פֿײסבוק־זײַטל)

נאָװילאַ
האַסלװערדער שטראַסע 22
12439 בערלין־שענעװײַדע

גאַסט־שעהען׃ מיטװאָך 18-21 אַ״ז | שבת 14-19 אַ״ז | זונטיק 14-17 אַ״ז,
בשעת יעדער אונטערנעמונג און בײַ באַשטעלונג׃
mobe@movingpoets.org | +49 177 3154530

פֿאַרמאַכט דעם 24סטן און 25סטן דעצעמבער

***

װײַטערע אונטערנעמונגען אין צוזאַמענאַרבעט מיט ייִדיש־בערלאין׃

22סטן נאָװעמבער, 19 אַ״ז׃ „אוקראַיִנע אין די װערק פֿון שלום־עליכם“ מיט אָלעקסאַנדראַ אוראַלאָװאַ (פֿײסבוק־זײַטל)

1טן דעצעמבער, 19 אַ״ז׃ „ייִדיש און אוקראַיִנע. אַ בליק אַדורך דער איבערזעצונג“ מיט קאַטערינאַ קוזנעצאָװאַ און אירקע זראָבאָק (מער פּרטים, פֿײסבוק־זײַטל)

8טן דעצעמבער, 20 אַ״ז׃ „קװיר ייִדיש“ מיט דזשײק שנײַדער (פֿײסבוק־זײַטל)

14טן דעצעמבער, 19 אַ״ז: „נײַער ייִדישער געזאַנג“ מיט סװעטאַ קונדיש און פּעטריק פֿאַרעל (פֿײסבוק־זײַטל)

29סטן דעצעמבער, 20 אַ״ז׃ „ה.י. פּסאָטאַס יאָרצײַט“ מיט אַרנט בעק (פֿײסבוק־זײַטל)

פּרטימדיקע אינפֿאָרמאַציע װעלן מיר באַלד אַרױסגעבן דאָ.

דעם 2טן נאָװעמבער – „די נײַסטע ייִדישע דיכטונג“

ייִדיש.בערלין פּרעזענטירט די נײַסטע ייִדישע פּאָעזיע, געבױרן / געשריבן אין בערלין.
דרײַ יונגע ייִדישע דיכטער׃ דזשײק שנײַדער | קאַטערינאַ קוזנעצאָװאַ | דזאָרדן לי שנײ װעלן פֿאָרלײענען זײערע װערק. אַן אָװנט מיט אַ סך ייִדישע װערטער און אַ ביסל מוזיק.

קעגנזײגערדיק פֿון אױבן רעכטס׃ אַרנט בעק, דזשײק שנײַדער, קאַטערינאַ קוזנעצאָװאַ, דזאָרדן לי שנײ

פֿרילינג און זומער 2022

נאָך אונדזער הצלחהדיקער אױסשטעלונג „מגיפֿה | מילחמה | מאַמע־לשון“ אין יוני האָבן מיר געמאַכט אַ קורצע הפֿסקה פֿון אָרגאַניזירן אונטערנעמונגען, מיר זאָלן געניסן דעם זומער פֿול מיט פֿאַרשײדענע ייִדישע אַקטיװיטעטן. דער יוצא־מן־הכּלל איז אונדזער שמועסקרײַז „שמועס און װײַן”, װאָס טרעפֿט זיך פֿאָרט צװײ מאָל אין חודש; די קומעדיקע טרעפֿונגען װעלן זײַן דעם 4טן און דעם 16טן אױגוסט. אױב איר זאײַט דאָ אין בערלין און װאָלט געװאָלט אָנטײל נעמען, זײַט אַזױ גוט און שיקט אונדז אַ בליצבריװ. מיר װעלן אײַך לאָזן װיסן די טרעף־ערטער און אײַך צוגעבן צו דער בליץ־רשימה.  צװישן די אָקאָרשטיקע געסט בײַם שמועסקרײַז זענען געװען קאַראָ װעגנער פֿון פּױלן, ר’ נח באַרעראַ פֿון קאַליפֿאָרניע און שׂרה פֿעלדמאַן פֿון דעם אוניװערסיטעט האַרװאַרד.

דער אַנאָנס פֿאַר דער 12טן טרעפֿונג פֿון שמועסקײַז (אָרט אױסגעמעקט)

לכּבֿוד דעם פֿינצטערן 70סטן יאָרצײַט פֿון דער „נאַכט פֿון די דערהאַרגעטע סאָװעטיש־ייִדישע דיכטערס” װעלן מיר הײַאָר נישט אָנפֿירן מיט קײן אײגענער אָנדענק־אונטערנעמונג, װי אין די פֿאַרגאַנגענע יאָרן. פֿון דעסטװעגן באַטײליקן מיר זיך אַװדאי אין כאָטש צװײ פֿון די פֿילצאָליקע פּראָגראַמען װאָס מערקן אָפּ דאָס טרױריקע געשעעניש. מיר מוטיקן אײַך איר זאָלט אונדז באַגלײַטן בײַם סימפּאָזיום און פֿירלײענונג אין דעם ייִדישן מוזײ בערלין דעם 14טןאױגוסט (אַ טײל פֿונעם מעדעם־זומער־פּראָגראַם), אָדער בײַם געדענק-אָװנט אין װײַמאַר דעם 12טן אױגוסט.

מיטגלידער פֿון ייִדיש.בערלין האָבן לעצטנס אָנטײל גענומען אין…

  • אַ סעמינאַר פֿון ELES אין רײַנסבערג װעלכער איז אָנגעפֿירט געװאָרן פֿון פֿיר מיטגלידער (דזשאָרדן שנײ, חנה ראָזנפֿעלד, עירד בן יצחק און קאַטערינאַ קוזנעצאָװאַ) מיט אַ פֿאָרשטעלונג פֿון דניאל קאַהן
  • די קאָנפֿערענץ „דער אַװאַנגאַרד אין דער ייִדישער קולטור. דער 100ער יובֿל פֿון כאַליאַסטרע” אין דעם אוניװערסיטעט בר־אילן, תּל־אַביבֿ, אַרײַנגערעכנט אַ רעפֿעראַט פֿון עירד בן יצחק
  • · „דזענערײשן דזשײ“ (דור י’), אַ זומער־קאָלאָניע פֿאַר יונגע דערװאַקסענע אין װײַמאַר מיט שײַכות מיט דער ייִדישער שפּראַך
  • די סאַמע ערשטע „ייִדיש סוף־װאָך“ אין ענגלאַנד׃ 48 שעה ייִדיש, אַרײַנרעכנדיק אַ װאַרשטאַט מיט דזשײק שנײַדער װעגן שרײַבן פּאָעזיע אױף ייִדיש
  • דער נײַעסטער „קלעזניק“ (כּלי־זמר פּיקניק) פֿון ”שטעטל בערלין“אױפֿן ברעג קאַנאַל
  • די שפֿעדיקע פּראָגראַמען לגבי ייִדישער מוזיק, קולטור און שפּראַך בײַ „ייִדיש־זומער װײַמאַר
דער „קלעזניק“ אין יולי (שטעטל בערלין)

אַ פּאָר פֿון אונדז װעלן אױך אָנטײל נעמען אין דער זומער־פּראָגראַם  „ייִדיש אין בערלין“ אָרגאַניזירט פֿון פּאַראיזער ייִדיש־צענטער – מעדעם־ביבליאָטעק, װאָס הײבט זיך אָן די קומעדיקע װאָך. די זומער־פּראָגראַם פֿירט אָן בשותּפֿותדיק מיט אונדז די צװײטע אױגוסט־טרעפֿונג פֿון שמועסקרײַז.

באַלד מעלדן מיר װײַטערדיקע אײגענע אונטערנעמונגען. דעװײַל האָפֿן מיר אײַך צו זען אױף דער ייִדישער גאַס!

לידער מײַנע, דומעס מײַנע \\ ייִדיש־אוקראַיִנישע ליטעראַרישע פֿאַרבינדונגען

בילד: אירינאַ זאַדניפּריאַנאַ

הײַנט איז דאָס באַזונדערש װיכטיק צו העכערן די װיסיקײט װעגן אוקראַיִנישע קולטור, ליטעראַטור און שפּראַך. מיר זענען ייִדישיסט*ן\קעס און אונדזער בײַטראָג צום ענין איז צו רעדן װעגן דער פֿאַרבינדונג צװישן ייִדיש און אוקראַיִניש ,װעגן דעם װי די שפּראַכן און קולטורן האָבן באַאײַנפֿלוסט אַנאַנד, און װעגן דעם געפֿלעכט פֿון צװײ ליטעראַטורן. 

ייִדיש און אוקראַיִניש האָבן אַ שותּפֿותדיקן גורל. זײ בײדע לײַדן די סטערעאָטיפּן, זײ װערן געהײסן „נישט ממשותדיקע שפּראַכן“ נאָר „דיאַלעקטן“ פֿון אַנדערע, גרעסערע און דאָמינאַנטע שפּראַכן. אָט די באַציִונג צו די שפּראַכן איז אַן המשך פֿון דער קולטורעלער און פּאָליטישער אונטערדריקונג.  

דער ליטעראַרישער אָװנט „לידער מײַנע, דומעס מײַנע“ גיט קולות צו ייִדישע און אוקראַיִנישע דיכטער*ס/אינס פֿון 19טן און 20טן יאָרהונדערט. מיר װעלן לײענען זײערע װערק אױף צװײ שפּראַכן, אין דעם אָריגינאַל און אין דער איבערזעצונג, אױף ייִדיש און אוקראַיִניש.  

דער ערשטער טײל װעט זיך קאָנצענטרירן אױף אוקראַיִנישע קלאַסיקערס: טאַראַס שעװטשענקאָ, לעסיאַ אוקראַיִנקאַ און איװאַן פֿראַנקאָ. אין די 1930טע יאָרן האָט ייִדישער מאָדערניסטישער דיכטער דוד האָפֿשטײן איבערגעזעצט זײערע װערק אױף ייִדיש. די שורה „לידער מײַנע, דומעס מײַנע“ איז דװקא גענומען פֿון זײַן איבערזעצונג פֿון טאַראַס שעװטשענקאָס ליד. דער דאָזיקער איבערזעצונג־פּראָיעקט איז געװען מער פֿון פּשוט אַן איבערזעצונג. ער האָט געגעבן צום ייִדישן דיכטער די מעגלעכקײט אַרױסצוזאָגן זײַנע אײגענע געדאַנקען און אידעעס װעגן די טעמעס פֿון נאַטיאָנעלער זעלביקײט און פֿרעמדשאַפֿט אין דער צײַט פֿון טאָטאַליטאַריזם און אַגרעסיװער צענזור.  

לידער פֿון לײב קװיטקאָ אין דער איבערזעצונג פֿון אַ באַרימטן אוקראַיִנישן דיכטער פּאַװלאָ טיטשינאַ און אױך טעקסטן פֿון דבֿורה פֿױגל און אַנדערע דיכטערינס װעט איר דערהערן אינעם צװײטן טײל. אונדזער גאַסט, אירינאַ זראָבאָק, אַ ייִדישיסטקע פֿון אוקראַיִנע װאָס איז געבוירן געװאָרן אין לעמבעריק, װעט פֿאָרשטעלן איר אײגענעם פּראָיעקט: אוקראַיִנישע איבערזעצונגען פֿון מאָדערניסטישע ייִדישע דיכטערינס.

***

דער אַרײַנפֿיר אױף ענגליש, לידער אױף ייִדיש און אוקראַיִניש (די בראָשור מיט אַלע טעקסטן אױך מיט ענגלישע איבערזעצונגען װעט זײַן פֿאַראַנען).

אַרײַנטריט בחינם / מע קען געבן נדבֿות

אָנטײלנעמערס׃

קאַטערינאַ קוזנעצאָװאַ, סאָפֿיאַ טשערניך, דינאַ גידאָן, אױגוסט קאהן, אַלינאַ קלימאַנסקאַ, באָריס שאַװלאָװ, דזשײק שנײַדער, אירינאַ זאַדניפּריאַנאַ, אירינאַ זראָבאָק

***

„לידער מײַנע, דומעס מײַנע“ איז אַ טײל פֿון דער אױסשטעלונג פֿון ייִדיש.בערלין׃ „מגפֿה, מלחמה, מאַמע־לשון“, װאָס איר קענט זיך אָנקוקן אין דער גאַלעריע, אַרײַנגערעכנט קונסטװערק פֿון ה.י. פּסאָטאַ ז״ל, א. פוניזובסקי ברגלסון און אַ. בעק.

רידער פֿאַר דער אונטערנעמונג (פּדף)

21 מײַ 2022,  19 אַ״ז

גאַלעריע צײַטזאָנע

Adalbertstr. 79
10997 Berlin-Kreuzberg

די דער אַרײַנפֿיר אױף ענגליש, לידער אױף ייִדיש און אוקראַיִניש (די בראָשור מיט אַלע טעקסטן אױך מיט ענגלישע איבערזעצונגען װעט זײַן פֿאַראַנען).

אַרײַנטריט בחינם / מע קען געבן נדבֿות

פֿײסבוק

מאַפּע פֿון רײזע מינצער־סויִני

שמועס און װײַן – אַװדאי אױף ייִדיש

זינט דעם פֿאָרלײגן פֿון אונדזער ייִדיש־שמועסקרײַז אין אָנהײב פֿון יאָר טרעפֿט ער זיך אײן אָדער צװײ מאָל אַ חודש אין אַ שענק אָדער בײַ אַ מיטגליד אין דער הײם. אונדזערע טרעפֿונגען זענען אױסגעשפּאַנט, אָן אַ פֿעסטער סטרוקטור: די שמועסן פֿליסן פֿאַר זיך אַלײן. דער אײנציקער כּלל איז אַז מע רעדט נאָר ייִדיש דעם גאַנצן אָװנט. ייִדיש רעדנדיקע מענטשן פֿון אַלע מדרגות זענען תּמיד פֿאַרבעטן זיך צו פֿאַרבינדן מיט אונדז און מיר װעלן אײַך לאָזן װיסן די קומענדיקע דאַטעס.

בשעת דער אױסשטעלונג „מגפֿה | מלחמה | מאַמע־לשון” עפֿענען מיר די זיבעטע טרעפֿונג פֿונעם קרײַז פֿאַר אַ ברײטערן עולם. יעדער אײנער װאָס רעדט ייִדיש (אָדער האָט זיך געלערנט אין קורסן און האָט חשק צו פּרוּװן שמועסן אין דער דרױסנדיקער װעלט) איז פֿאַרבעטן צו קומען ספּאָנטאַן – מע דאַרף זיך נישט רעגיסטרירן – און שמועסן אינאײנעם מיט אונדז.

26סטן מײַ 2022, 7 אַ״ז אין אָװנט

גאַלעריע צײַטזאָנע
Adalbertstr. 79
10997 Berlin-Kreuzberg

מאַפּע פֿון רײזע מינצער־סויִנין

די ייִדישע ענציקלאָפּעדיע קערט זיך אום קײן בערלין

אַ בוך־פֿאָרשטעלונג מיט דעם היסטאָריקער בערי טראַכטנבערגן

28.05.2022, 19 אַ״ז

עס איז פֿאַר אונדז אַ גרױס פֿאַרגעניגן אײַך צו פֿאַרבעטן אױף אַ בוך־פֿאָרשטעלונג מיט דעם היסטאָריקער בערי טראַכטנבערגן, אַסאָציִיִרטער פּראָפֿעסאָר אױפֿן אוניװערסיטעט „װײק פֿאָרעסט“ און מחבר פֿונעם נײַעם בוך „דער חורבן און דאָס גלות פֿון ייִדיש. אַ געשיכטע פֿון דער אַלגעמײנער ענציקלאָפּעדיע“ (ראַטגערס אוניװערסיטעט־פֿאַרלאַג). אין זײַן שטודיע פֿאָרשט ער אױס די אַנטװיקלונגען פֿון אַ פּרױעקט װאָס האָט זיך אָנגעהױבן דװקא דאָ אין בערלין אין די 1930ער יאָרן מיט דעם ציל אַרױסצוברענגען אַן אַרומנעמיקע ענציקלאָפּעדיע פֿון אַלגעמײנעם װיסן אין גאַנצן געשריבן אױף ייִדיש. דער דאָזיקער חלום האָט זיך דורכױס איבערגעביטן במשך פֿון די יאָרן װען די רעדאַקטאָרן זענען אַנטלאָפֿן פֿון דעם נאַצישן רעזשים און זײערע לײענערשאַפֿט – די מזרח־אײראָפּעיִשע ייִדן – זענען פֿאַרטיליקט געװאָרן פֿונעם חורבן, זיך צעזייט און צעשפּרייט דורך דער מאַסן־מיגראַציע און זיך צעגאַנגען אין דער אַקולטוראַציע.

אין מיטן פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט האָט דער פּרױעקט אָנגעצונדן אַ גרױסע מחלוקת אין ייִדישע קולטורעלע און פּאָליטישע קרײַזן׃ צו װאָס־זשע אַ ייִדישע ענציקלאָפּעדיע? װעלכעס װיסן און װעלכע קוקװינקלען זאָל מען אַרײַננעמען אין אַזאַ פּובליקאַציע? אײדער די לעצטע בענד זענען אַרױס אין ניו־יאָרק אין די 1960ער יאָרן האָט דער נאָכמלחמהדיקע מצבֿ איבערגעפֿורעמט סײַ דעם ייִדיש־עולם סײַ די ענציקלאָפּעדיע גופֿא. טראַכטנבערג טענהט אַז ס’איז נישט סתּם אַ מעשׂה װעגן צעשטערונג און טראַװמע, נאָר אױכעט פֿון עקשנות און המשכדיקײט, אַזױ װי די רעדאַקטאָרן פֿון ענציקלאָפּעדיע האָבן זיך געשטרעבט אי אױפֿצוהיטן די ירושה פֿון דער ייִדישער קולטור אי צו דאָקומענטירן אירע כּמעט פֿולשטענדיקע אױסראָטונג צוליב דעם חורבן – און אין לעצטן סך־⁠הכּל אָןצוװײַזן אַ װײַטערדיקער צוקונפֿט.

די בוך־פֿאָרשטעלונג מיט בערי טראַכטנבערג אױף ענגליש װעט מאָדערירן דזשײק שנײַדער פֿון ייִדיש.בערלין. דער עולם איז פֿאַרבעטן צו שטעלן פֿראַגעס, אַװדאי אױך אױף ייִדיש צי אױף דײַטש. די אונטערנעמונג איז פֿאַרבונדן מיט דער איצטיקער אױסשטעלונג פֿון ייִדיש.בערלין׃ „מגפֿה, מלחמה, מאַמע־לשון“, װאָס איר קענט זיך אָנקוקן אין דער גאַלעריע, אַרײַנגערעכנט קונסטװערק פֿון ה.י. פּסאָטאַ ז״ל, א. פוניזובסקי ברגלסון און אַ. בעק.

מער פּרטים (אױף ענגליש) װעגן דעם בוך קען מען לײענען אַז מע גיט אַ קװעטש דאָ אױפֿן װעבזײַטל פֿון ראַטגערס אוניװערסיטעט־פֿאַרלאַג.


28.5.2022

19 אַ״ז

Adalbertstr. 79, 10997 Berlin

גאַלעריע צײַטזאָנע

אַרײַנטריט בחינם

פֿאָרשטעלונג אױף ענגליש, מע קען שטעלן פֿראַגעס אױף ייִדיש צי דײַטש

עקזעמפּלאַרן פֿון בוך צום קױפֿן

בערי טראַכטנבערג פֿאַרנעמט די „רובין פּרעזידענטישע קאַטעדרע“ פֿון ייִדישער געשיכטע אױפֿן אוניװערסיטעט „װײק פֿאָרעסט“ אין צפֿון־קאַראָלײַנע (פֿש״אַ). ער איז אױך דער מחבר פֿון די ביכער „די רעװאָלוציאָנערע װאָרצלען פֿון מאָדערנעם ייִדיש, 1903–1917“ (2008) און „די פֿאַרײניקטע שטאַטן און דער נאַצישער חורבן. ראַסע, מיקלט און דערמאָנונג“ (2018).

Photo of Barry Trachtenberg
מאַפּע פֿון רײזע מינצער־סויִנין