9טן נאָװעמבער׃ אױפֿעפֿענונג פֿון דער אױסשטעלונג „מיר זענען דאָ“

Poster der Ausstellung MIR ZENEN DO!
פֿליבלעטל פֿאַר „מיר זענען דאָ“, נאָװעמבער 2022

די אױסשטעלונג „מיר זענען דאָ“ הײבט זיך אָן דעם 9טן נאָװעמבער אין דער בערלינער גאַלעריע און קולטור־צענטר „נאָװילאַה“. אױף דער אױסשטעלונג קען מען זען די װערק (פֿאָטאָגראַפֿיעס, צײַכנונגען און קאָלאַזשן) פֿון צװײ קינסטלער, העלמוט יוליוס פּסאָטאַ ז״ל און אַרנט בעק.

די אױסשטעלונג איז געװידמעט דעם 10טן יאָרצײַט פֿון פּסאָטאַ (1937-2012) און װײַזט זײַנע װערק פֿון פֿאַרשידענע פּעריאָדן. אינעם פֿאָקוס פֿון איר זענען די „ראָזאַ־פּאַראַפֿראַזן“, דער ציקל װאָס איז אַ טײל פֿון דער קאָלאַזש־סעריע „פּאָרנאָגראַפֿיע“ (1978-1979). אינעם װערק האָט פּסאָטאַ רעפּראָדוצירט אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון זײַן מוטער ראָזאַ. שפּעטער האָט ער באַנוצט דאָס בילד װידער און װידער אין פֿאַרשידענע פֿאָרמען און קאָנטעקסטן. 

דער ציקל „אָדע צו דער טױב“ פֿון אַרנט בעק פֿאַרײניקט דאָס ליד פֿון סוצקעװער מיטן בילד פֿון דער טױב מאַרטע, דער לעצטער פֿון די צפֿון־אַמעריקאַנישע פּאַסאַזשיר־טױבן, װאָס איז געשטאָרבן אין 1914. פֿריִיִקע װערק פֿון פּסאָטאַ און פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון בעק װעלכע שפּילן מיטן סימבאָל פֿון אַ טױב, קאָמפּלעמענטירן די אָדע. 

די אױסשטעלונג װעט זיך דױערן ביזן 29סטן דעצעמבער. אין איר ראַמען װעלן אָרגאַניזירט װערן קאָנצערטן און רעפֿעראַטן װעגן ייִדישער קונסט און קולטור. 

אױפֿעפֿענונג׃ דעם 9טן נאָװעמבער, 19 אַ״ז
מוזיק׃ זשעניאַ אָקס
(פֿײסבוק־זײַטל)

נאָװילאַ
האַסלװערדער שטראַסע 22
12439 בערלין־שענעװײַדע

גאַסט־שעהען׃ מיטװאָך 18-21 אַ״ז | שבת 14-19 אַ״ז | זונטיק 14-17 אַ״ז,
בשעת יעדער אונטערנעמונג און בײַ באַשטעלונג׃
mobe@movingpoets.org | +49 177 3154530

פֿאַרמאַכט דעם 24סטן און 25סטן דעצעמבער

***

װײַטערע אונטערנעמונגען אין צוזאַמענאַרבעט מיט ייִדיש־בערלאין׃

22סטן נאָװעמבער, 19 אַ״ז׃ „אוקראַיִנע אין די װערק פֿון שלום־עליכם“ מיט אָלעקסאַנדראַ אוראַלאָװאַ (פֿײסבוק־זײַטל)

1טן דעצעמבער, 19 אַ״ז׃ „ייִדיש און אוקראַיִנע. אַ בליק אַדורך דער איבערזעצונג“ מיט קאַטערינאַ קוזנעצאָװאַ און אירקע זראָבאָק (מער פּרטים, פֿײסבוק־זײַטל)

8טן דעצעמבער, 20 אַ״ז׃ „קװיר ייִדיש“ מיט דזשײק שנײַדער (פֿײסבוק־זײַטל)

14טן דעצעמבער, 19 אַ״ז: „נײַער ייִדישער געזאַנג“ מיט סװעטאַ קונדיש און פּעטריק פֿאַרעל (פֿײסבוק־זײַטל)

29סטן דעצעמבער, 20 אַ״ז׃ „ה.י. פּסאָטאַס יאָרצײַט“ מיט אַרנט בעק (פֿײסבוק־זײַטל)

פּרטימדיקע אינפֿאָרמאַציע װעלן מיר באַלד אַרױסגעבן דאָ.