אַ קאָנצערט מיט סװעטאַ קונדיש און פּעטריק פֿאַרעל
עפֿנקאָנצערט פֿון שטעטל בערלינס „נישט־קײן־פֿעסטיװאַל“
זינט בערך אַ יאָרצענדליק אַװאַנסירן סװעטאַ קונדיש און פּעטריק פֿאַרעל דאָס הײַנטצײַטיקע ייִדיש־קונסטליד כּמעט אַגבֿדיק. פֿאַרעלס קאָמפּאָזיציעס אָטעמען מיט טיפֿזיניקײט און דערגרונטעװען דעם צװישנשפּיל פֿון האַרמאָניע און קול. אין אײנעם לעבן זיך קונדיש מיט פֿאַרעל אַרײַן אין לידער פֿונעם רײַכן אוצר פֿון ייִדישער פּאָעזיע. לעצטנס איז אַרױס זײער דעביוט װי אַ דועט־פּלאַטע, „נעם מײַן װאָרט“. עס הײסט׃
קונדיש און פֿאַרעל עפֿנען אַ גאַנץ נײַעם קוקװינקל אױף דער װעלט פֿון ייִדישער מוזיק מיט זײער פֿאַרברענטן פֿאָקוס אױף דעם טעקסט און דער מוזוקאַלישער קאָמפּאָזיציע, מיט זײַער איבערגעגעבנקײט אי צו דער מסורה אי צו דער מוזיקאַלישער פּראַקטיק פֿון הײַנט, און דערצו מיט זײער זעלטענער װירטואָזקײט. „נעם מײַן װאָרט“ זאָגט רושמדיק עדות אױף זײער קינסטלערישער שעפֿערישקײט
„דאַנזאָן רעקאָרדס“
סװעטאַ קונסיש איז אַ זינגערין װאָס טרעט אױף מיט אַלערלײ ייִדישער מוזיק דורך גאַנץ אײראָפּע. זי זינגט מיט „קולות פֿון אַשכּנז“ און ”טריקסטער אָרקעסטראַ“, צװישן אַנדערע, און איז אַ געװײנטלעכע לערערקע בײַ „ייִדיש־זומער װײַמער“. אַ געבױרענע פֿון אוקראַיִנע, האָט זי זיך שפּעטער איבערגעקליבן קײן מדינת־ישׂראל. קונדיש האָט דיפּלאָמען פֿון תּל־אַבֿיבֿ־אוניװערסיטעט און פֿון דער פּרײַנער קאָנסערװאַטאָריע אין װין; אין 2017 האָט זי געענדיקט אַ דיפּלאָם אין חזנות בײַם אבֿרהם־גײַגער־קאָלעג אין פּאָצדאַם. איצט אַרבעט קונדיש װי די ערשטע חזנטע אין דער געשיכטע פֿון די ייִדישע קהילות אין נידערזאַקסן (דײַטשלאַנד).
פּעטריק פֿאַרעל איז אַ האַרמאָניע־שפּילער, קאָמפּאָזיטאָר און קאַפּעל־מײַסטער פֿון בריקלין. ער איז אַ קינסטלער מיט „שאַרפֿן הומאָר און אומגעהײערער גיכקײט“ („ניו־יאָרק מוזיק דײלי“) און פֿילט זיך הײמיש אין אַ סך מוזיקאַלישע זשאַנערס. פֿאַרעל האָט געשפּילט אַלץ גאַסט מיט פֿראַנק לאָנדאָנס „כּלי־זמר ברעס אַל־סטאַרס“ און מיט אַלישאַ סװיגאַלס ”כּלי־זמר פֿידל עקספּרעס“. ער איז אױך אַ קאָמפּאָזיראָט, מוזיקאַלישער דירעקטאָר און אַקאָמפּאַניסט פֿאַר עטלעכע טעאַטער־ און טאַנץ־טרופּעס.
מיטװאָך, דעם 14טן דעצעמבער 2022, 19 אַ״ז
לכּבֿוד דער אױסשטעלונג מיר זענען דאָ! [פֿאָטאָגראַפֿיעס]
נאָװילאַ
האַסלװערדער שטראַסע 22
12439 בערלין־שענעװײַדע
אַרײַנטיט בחינם – בײַשטײַער אָנגעלײגט מיט דער פֿרײַנדלעכער אונטערשטיצונג פֿון דער פּאַרטנערשאַפֿט פֿאַר דעמאָקראַטיע שענעװײַדע מיט געלטער פֿון דער פֿעדעראַלער פּראָגראַם „באַלעבן דעמאָקראַטיע