הײַנט איז דאָס באַזונדערש װיכטיק צו העכערן די װיסיקײט װעגן אוקראַיִנישע קולטור, ליטעראַטור און שפּראַך. מיר זענען ייִדישיסט*ן\קעס און אונדזער בײַטראָג צום ענין איז צו רעדן װעגן דער פֿאַרבינדונג צװישן ייִדיש און אוקראַיִניש ,װעגן דעם װי די שפּראַכן און קולטורן האָבן באַאײַנפֿלוסט אַנאַנד, און װעגן דעם געפֿלעכט פֿון צװײ ליטעראַטורן.
ייִדיש און אוקראַיִניש האָבן אַ שותּפֿותדיקן גורל. זײ בײדע לײַדן די סטערעאָטיפּן, זײ װערן געהײסן „נישט ממשותדיקע שפּראַכן“ נאָר „דיאַלעקטן“ פֿון אַנדערע, גרעסערע און דאָמינאַנטע שפּראַכן. אָט די באַציִונג צו די שפּראַכן איז אַן המשך פֿון דער קולטורעלער און פּאָליטישער אונטערדריקונג.
דער ליטעראַרישער אָװנט „לידער מײַנע, דומעס מײַנע“ גיט קולות צו ייִדישע און אוקראַיִנישע דיכטער*ס/אינס פֿון 19טן און 20טן יאָרהונדערט. מיר װעלן לײענען זײערע װערק אױף צװײ שפּראַכן, אין דעם אָריגינאַל און אין דער איבערזעצונג, אױף ייִדיש און אוקראַיִניש.
דער ערשטער טײל װעט זיך קאָנצענטרירן אױף אוקראַיִנישע קלאַסיקערס: טאַראַס שעװטשענקאָ, לעסיאַ אוקראַיִנקאַ און איװאַן פֿראַנקאָ. אין די 1930טע יאָרן האָט ייִדישער מאָדערניסטישער דיכטער דוד האָפֿשטײן איבערגעזעצט זײערע װערק אױף ייִדיש. די שורה „לידער מײַנע, דומעס מײַנע“ איז דװקא גענומען פֿון זײַן איבערזעצונג פֿון טאַראַס שעװטשענקאָס ליד. דער דאָזיקער איבערזעצונג־פּראָיעקט איז געװען מער פֿון פּשוט אַן איבערזעצונג. ער האָט געגעבן צום ייִדישן דיכטער די מעגלעכקײט אַרױסצוזאָגן זײַנע אײגענע געדאַנקען און אידעעס װעגן די טעמעס פֿון נאַטיאָנעלער זעלביקײט און פֿרעמדשאַפֿט אין דער צײַט פֿון טאָטאַליטאַריזם און אַגרעסיװער צענזור.
לידער פֿון לײב קװיטקאָ אין דער איבערזעצונג פֿון אַ באַרימטן אוקראַיִנישן דיכטער פּאַװלאָ טיטשינאַ און אױך טעקסטן פֿון דבֿורה פֿױגל און אַנדערע דיכטערינס װעט איר דערהערן אינעם צװײטן טײל. אונדזער גאַסט, אירינאַ זראָבאָק, אַ ייִדישיסטקע פֿון אוקראַיִנע װאָס איז געבוירן געװאָרן אין לעמבעריק, װעט פֿאָרשטעלן איר אײגענעם פּראָיעקט: אוקראַיִנישע איבערזעצונגען פֿון מאָדערניסטישע ייִדישע דיכטערינס.
***
דער אַרײַנפֿיר אױף ענגליש, לידער אױף ייִדיש און אוקראַיִניש (די בראָשור מיט אַלע טעקסטן אױך מיט ענגלישע איבערזעצונגען װעט זײַן פֿאַראַנען).
אַרײַנטריט בחינם / מע קען געבן נדבֿות
אָנטײלנעמערס׃
קאַטערינאַ קוזנעצאָװאַ, סאָפֿיאַ טשערניך, דינאַ גידאָן, אױגוסט קאהן, אַלינאַ קלימאַנסקאַ, באָריס שאַװלאָװ, דזשײק שנײַדער, אירינאַ זאַדניפּריאַנאַ, אירינאַ זראָבאָק
***
„לידער מײַנע, דומעס מײַנע“ איז אַ טײל פֿון דער אױסשטעלונג פֿון ייִדיש.בערלין׃ „מגפֿה, מלחמה, מאַמע־לשון“, װאָס איר קענט זיך אָנקוקן אין דער גאַלעריע, אַרײַנגערעכנט קונסטװערק פֿון ה.י. פּסאָטאַ ז״ל, א. פוניזובסקי ברגלסון און אַ. בעק.
רידער פֿאַר דער אונטערנעמונג (פּדף)
21 מײַ 2022, 19 אַ״ז
גאַלעריע צײַטזאָנע
Adalbertstr. 79
10997 Berlin-Kreuzberg
די דער אַרײַנפֿיר אױף ענגליש, לידער אױף ייִדיש און אוקראַיִניש (די בראָשור מיט אַלע טעקסטן אױך מיט ענגלישע איבערזעצונגען װעט זײַן פֿאַראַנען).
אַרײַנטריט בחינם / מע קען געבן נדבֿות