פֿרילינג און זומער 2022

נאָך אונדזער הצלחהדיקער אױסשטעלונג „מגיפֿה | מילחמה | מאַמע־לשון“ אין יוני האָבן מיר געמאַכט אַ קורצע הפֿסקה פֿון אָרגאַניזירן אונטערנעמונגען, מיר זאָלן געניסן דעם זומער פֿול מיט פֿאַרשײדענע ייִדישע אַקטיװיטעטן. דער יוצא־מן־הכּלל איז אונדזער שמועסקרײַז „שמועס און װײַן”, װאָס טרעפֿט זיך פֿאָרט צװײ מאָל אין חודש; די קומעדיקע טרעפֿונגען װעלן זײַן דעם 4טן און דעם 16טן אױגוסט. אױב איר זאײַט דאָ אין בערלין און װאָלט געװאָלט אָנטײל נעמען, זײַט אַזױ גוט און שיקט אונדז אַ בליצבריװ. מיר װעלן אײַך לאָזן װיסן די טרעף־ערטער און אײַך צוגעבן צו דער בליץ־רשימה.  צװישן די אָקאָרשטיקע געסט בײַם שמועסקרײַז זענען געװען קאַראָ װעגנער פֿון פּױלן, ר’ נח באַרעראַ פֿון קאַליפֿאָרניע און שׂרה פֿעלדמאַן פֿון דעם אוניװערסיטעט האַרװאַרד.

דער אַנאָנס פֿאַר דער 12טן טרעפֿונג פֿון שמועסקײַז (אָרט אױסגעמעקט)

לכּבֿוד דעם פֿינצטערן 70סטן יאָרצײַט פֿון דער „נאַכט פֿון די דערהאַרגעטע סאָװעטיש־ייִדישע דיכטערס” װעלן מיר הײַאָר נישט אָנפֿירן מיט קײן אײגענער אָנדענק־אונטערנעמונג, װי אין די פֿאַרגאַנגענע יאָרן. פֿון דעסטװעגן באַטײליקן מיר זיך אַװדאי אין כאָטש צװײ פֿון די פֿילצאָליקע פּראָגראַמען װאָס מערקן אָפּ דאָס טרױריקע געשעעניש. מיר מוטיקן אײַך איר זאָלט אונדז באַגלײַטן בײַם סימפּאָזיום און פֿירלײענונג אין דעם ייִדישן מוזײ בערלין דעם 14טןאױגוסט (אַ טײל פֿונעם מעדעם־זומער־פּראָגראַם), אָדער בײַם געדענק-אָװנט אין װײַמאַר דעם 12טן אױגוסט.

מיטגלידער פֿון ייִדיש.בערלין האָבן לעצטנס אָנטײל גענומען אין…

  • אַ סעמינאַר פֿון ELES אין רײַנסבערג װעלכער איז אָנגעפֿירט געװאָרן פֿון פֿיר מיטגלידער (דזשאָרדן שנײ, חנה ראָזנפֿעלד, עירד בן יצחק און קאַטערינאַ קוזנעצאָװאַ) מיט אַ פֿאָרשטעלונג פֿון דניאל קאַהן
  • די קאָנפֿערענץ „דער אַװאַנגאַרד אין דער ייִדישער קולטור. דער 100ער יובֿל פֿון כאַליאַסטרע” אין דעם אוניװערסיטעט בר־אילן, תּל־אַביבֿ, אַרײַנגערעכנט אַ רעפֿעראַט פֿון עירד בן יצחק
  • · „דזענערײשן דזשײ“ (דור י’), אַ זומער־קאָלאָניע פֿאַר יונגע דערװאַקסענע אין װײַמאַר מיט שײַכות מיט דער ייִדישער שפּראַך
  • די סאַמע ערשטע „ייִדיש סוף־װאָך“ אין ענגלאַנד׃ 48 שעה ייִדיש, אַרײַנרעכנדיק אַ װאַרשטאַט מיט דזשײק שנײַדער װעגן שרײַבן פּאָעזיע אױף ייִדיש
  • דער נײַעסטער „קלעזניק“ (כּלי־זמר פּיקניק) פֿון ”שטעטל בערלין“אױפֿן ברעג קאַנאַל
  • די שפֿעדיקע פּראָגראַמען לגבי ייִדישער מוזיק, קולטור און שפּראַך בײַ „ייִדיש־זומער װײַמאַר
דער „קלעזניק“ אין יולי (שטעטל בערלין)

אַ פּאָר פֿון אונדז װעלן אױך אָנטײל נעמען אין דער זומער־פּראָגראַם  „ייִדיש אין בערלין“ אָרגאַניזירט פֿון פּאַראיזער ייִדיש־צענטער – מעדעם־ביבליאָטעק, װאָס הײבט זיך אָן די קומעדיקע װאָך. די זומער־פּראָגראַם פֿירט אָן בשותּפֿותדיק מיט אונדז די צװײטע אױגוסט־טרעפֿונג פֿון שמועסקרײַז.

באַלד מעלדן מיר װײַטערדיקע אײגענע אונטערנעמונגען. דעװײַל האָפֿן מיר אײַך צו זען אױף דער ייִדישער גאַס!