זינט דעם פֿאָרלײגן פֿון אונדזער ייִדיש־שמועסקרײַז אין אָנהײב פֿון יאָר טרעפֿט ער זיך אײן אָדער צװײ מאָל אַ חודש אין אַ שענק אָדער בײַ אַ מיטגליד אין דער הײם. אונדזערע טרעפֿונגען זענען אױסגעשפּאַנט, אָן אַ פֿעסטער סטרוקטור: די שמועסן פֿליסן פֿאַר זיך אַלײן. דער אײנציקער כּלל איז אַז מע רעדט נאָר ייִדיש דעם גאַנצן אָװנט. ייִדיש רעדנדיקע מענטשן פֿון אַלע מדרגות זענען תּמיד פֿאַרבעטן זיך צו פֿאַרבינדן מיט אונדז און מיר װעלן אײַך לאָזן װיסן די קומענדיקע דאַטעס.
בשעת דער אױסשטעלונג „מגפֿה | מלחמה | מאַמע־לשון” עפֿענען מיר די זיבעטע טרעפֿונג פֿונעם קרײַז פֿאַר אַ ברײטערן עולם. יעדער אײנער װאָס רעדט ייִדיש (אָדער האָט זיך געלערנט אין קורסן און האָט חשק צו פּרוּװן שמועסן אין דער דרױסנדיקער װעלט) איז פֿאַרבעטן צו קומען ספּאָנטאַן – מע דאַרף זיך נישט רעגיסטרירן – און שמועסן אינאײנעם מיט אונדז.
26סטן מײַ 2022, 7 אַ״ז אין אָװנט
גאַלעריע צײַטזאָנע
Adalbertstr. 79
10997 Berlin-Kreuzberg