
בערלינס לעגענדאַרישער ייִדישער קולטור־פֿעסטיװאַל שטעטל בערלין הײבט אָן דינסטיק! גיב אַ קוק אױפֿן צײַטפּלאַן און באַשטעל דײַנע בילעטן. מיר זען זיך קומענדיקע װאָך!

פּרעזענטירט

בערלינס לעגענדאַרישער ייִדישער קולטור־פֿעסטיװאַל שטעטל בערלין הײבט אָן דינסטיק! גיב אַ קוק אױפֿן צײַטפּלאַן און באַשטעל דײַנע בילעטן. מיר זען זיך קומענדיקע װאָך!

דעם 27טן נאָװעמבער װעלן הײַנטצײַטיקע ייִדישע דיכטערינס קאַטערינאַ קוזנעצאָװאַ און יעל מערליני לײענען לידער פֿון מלכּה לי (1904-1976) און רעדן װעגן איר לעבן און װערק. מלכּה לי איז געקומען קײן ניו־יאָרק פֿון אַ קלײן שטעטל אין אוקראַינע און האָט צוגעגעבן צו דער ייִדישער פּאָעזיע איר אײנציקאַרטיקן קול. צוזאַמען װעלן מיר רעדן װעגן די טעמעס פֿון װײַבערשער דערפֿאַרונג אין אירע לידער, װעגן דעם לײַב, סעקסואַליטעט, מוטערשאַפֿט, און שעפֿערישן זעלבסט־אױסדרוק.
אונטערנעמונג אין ענגליש און ייִדיש.
אַ טײל פֿון דער אױסשטעלונג mili | Milly | מילי
אַרײַנטריט בחינם. צדקה אָנגעלײגט.
27סטן נאָװעמבער, 7:30 אַ״ז.
גאַלעריע צײַטזאָנע
אַדאַלבערטגאַס 79
10997 בערלין־קרײצבאַרג
arnt bek | ARNDT BECK | אַרנט בעק
mili | Milly | מילי

קאָלעקטיװע קינסטלערישע פֿאָרשונג
מיט די פֿון אַרנט בעק איניצייִרטע קינסטלערישע פֿאָרשונג באַערט ייִדיש.בערלין אַן אױסערגעװײנטלעכע פּערזענלעכקײט: די פֿעמיניסטקע און אַנאַרכיסטישע אַקטיװיסטקע מילי װיטקאָפּ (1877—1955).
צוזאַמען מיט אַ קלײנעם לײענקרײַז האָט בעק אין פֿרילינג אָנגעהױבן צו זוכן מיליס שפּורן אין די ייִדישע אַרכיװן. איצטער די פֿאָרשונג אין אַ קאָלעקטיװער אױסשטעלונג װעלכע נעמט אַרײַן אױדיאָ, טעקסטן, מײל־אַרט (פּאָסטקונסט), קאָלאַזש און נאָך – כּדי אָפּצושאַצן מיליס אָנדענק, שטעלן קשיות װעגן איר לעבן און העכערן איר אָנזען – באַגלײט פֿון אַ רײ אונטערנעמונגען.
מילי איז געבױרן געװאָרן װי די בכורטה פֿון פֿיר טעכטער אין אַן אָרעמער, פֿרומער משפּחה פֿון שנײַדערס אינעם אוקראַיִנישן שטעטל זלאַטאָפּיל. װי אַ 17־יעריקע איז זי אײנע אַלײן איבערגעפֿאָרן קײן לאָנדאָן און גיך געװאָרן אַ טײל פֿון דער גרופּע אַרום דער ייִדיש־אַנאַרכיסטישער צײַטונג „אַרבעטערפֿרײַנד”, װי אױך צװישן די װיכטיקסטע אַקטיװיסטקעס פֿון דער ייִדישער אַרבעטער:קעס־באַװעגונג אין לאָנדאָן אין אָנהײב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.
אין לאָנדאָן האָט מילי איבערגעלעבט ברױזיקע, שטורעמדיקע צײַטן און איז אַלײן געזעסן אין תּפיסה און שפּעטער אַרױסגעשיקט געװאָרן פֿון לאַנד. אין די צװישן־מלחמהדיקע יאָרן האָט זי זיך באַזעצט אין בערלין און געשפּילט אַ גרױסן ראָלע אין דער סינדיקאַליסטישן פֿרױענבונד. באַלד נאָך דער שׂריפה פֿונעם רײַכסטאָג איז זי אַנטלױפֿן קײן שװײצאַריע און נאָך 1933 אין די פֿאַרײניקטע שטאָטן, װוּ זי האָט געלעבט נישט װײַט פֿון ניו־יאָרק ביזן סוף פֿון אירע טעג.
פּונקט צו איר 70סטער יאָרצײַט גיבן מיר אָפּ כּבוד צו אַ לעבן אין פּאָליטישן קאַמף פֿאַר אַ יושרדיקער און מענטשלעכער װעלט.
מער אין גיכן.
24.11.25—2.12.25
טאָגטעגלעך פֿון 11 אַ״ז.
דערעפֿענונג: נאָװעמבער 23, 16 אַ״ז.
מיט אַן אױדיאָ־פֿאָרשטעלונג פֿון סטודיאָ לערם און חנה ראָזנפֿעלד; אַ בינע־פֿאָרלײענונג פֿון יוסי לאַמפּעל, גולי דולבֿ־השילוני און אַרנט בעק. מוזיק פֿון זשעניע אָקס.
קאָלעקטיװע און אינדיװידועלע קונסטװערק פֿון יעל מערליני, זוזאַנאַ הערצבערג, אורי טור, צװישן אַנדערע.
25סטן נאָװעמבער, 19:30
רעפֿעראַט און פֿאָרלײענונג׃ מילי װיטקאָפּ-ראָקער אין בערלין, 1919 ביז 1933
מיטן קאָמיטעט פֿאַר געשיכטע און צוקונפֿט עף־אַ־או
27סטן נאָװעמבער, 19:30
ייִדישע פֿרױען׃ אַן אָװנט מיט מלכּה לי
פּרעזענטירט פֿון קאַטערינאַ קוזנעצאָװאַ און יעל מערליני
30סטן נאָװעמבער, 19:30
בוך־פֿאָרשטעלונג׃ רודאָלף ראָקער – די לאָנדאָנער יאָרן
מיט קלאַוס דעקער און טילמאַן לעדער
2טן דעצמבר, 19:30
פֿיניסאַזש
גאַלעריע צײַטזאָנע
אַדאַלבערטגאַס 79
10997 בערלין־קרײצבאַרג


15.08.2024 — 28.08.2024
ייִדיש בערלין פּרעזענטירט:
יעװגעני פֿיקס
נאַטאָ אין ייִדישלאַנד
נאַטאָ אין ייִדישלאַנד, אַן אױסשטעלונג פֿון יעװגעני פֿיקס, סאַטיריזירט און דעקאָנסטרויִרט דעם סכּנת־נפֿשותדיקן פּאַטאָס פֿון פֿאַרברענטן נאַציאָנאַליזם, פּאַטריאָטיזם און מיליטאַריזם. זי בלײַבט עקשנותדיק בײַם נישט־מלוכישן קאָנצעפּט פֿון „ייִדישלאַנד“ װי אַ דרינגעװדיקע אַלטערנאַטיװ. ייִדישלאַנד פּרעטענדירט נישט אױף קײן שטח צי טערעטאָריע. נאַטאָ אין ייִדישלאַנד שפּיגלט אָפּ די קינסטלעכקײט פֿון נאַציאָנאַלע אײַנטײלונגען לױטן קוקװינקל פֿון ייִדיש־קולטור און אַשכּנזישער ציװיליזאַציע אין אײראָפּע. דעריבער פֿאָדערט זי דאָיִקײט, קאָזמאָפּאָליטיזם, מקף־אידענטיטעטן און פֿילשפּראַכיקײט.
***
בײַ דער אױסשטעלונג פּראַװען מיר אױך דעם 5טן יובֿל זינט דער גרינדונג פֿון ייִדיש.בערלין. דערװײַל האָבן אָן אַ שיִער מענטשן אַרײַנגעלײגט זײער אידעאַליזם, שעפֿערישקײט און טײַערע אומבאַצאָלטע אַרבעט אינעם שליחות צו קולטיװירן די פֿרוכטבאַרע ערד, פֿון װעלכער עס װאַקסט אַרױס אַ נײַע ייִדיש־סבֿיבֿה אין בערלין. צוליב דעם אַװעקפֿאַל פֿון אַ פֿינאַנצירונג אין דער לעצטער מינוט, האָבן מיר געדאַרפֿט באַצאָלן די הוצאָות פֿאַר דער אױסשטעלון פֿון די אײגענע קעשענעס. אַז איר האָט אַ גראָשן צװײ איבעריק, זײַט אַזױ גוט און שטיצט אונטער די אױסשטעלונג און די צוקונפֿט פֿון ייִדיש אין בערלין׃
גיט אַ בײַשטײַער איבער „פּײ־פּאַל“
[ייִדיש.בערלין בלײַבט אַן אומאָפּהענגיקע גרופּע אָן קײן מלוכישן סטאַטוס. דערפֿאַר זאַמלען מיר נדבֿות דורך אַ פּריװאַטער קאָנטע]
***
אױפֿעפֿענונג: דאָנערשטיק, 15טן אױגוסט 2024, 19 אַ״ז
יעװגעני פֿיקס װעט בײַזײַן.
מוזיק׃ זשעניאַ אָקס
קינסטלער־שמועס: זונטיק, 18טן אױגוסט 2024, 18 אַ״ז
מיט יעװגעני פֿיקס. דערצו׃ אַ װיזועלער קוק צוריק אױף 5 יאָר
ייִדיש.בערלין פֿון אַרנט בעק
„שמועס און װײַן“ + אָפֿענער מיקראָפֿאָן (בלױז פֿאַר ייִדיש־רעדערס)
מיטװאָך 21סטן אױגוסט 2024, 19 אַ״ז
לײען־װאַרשטאַט אױף ייִדיש און ענגליש׃ זונטיק, 25סטן אױגוסט 2024, 17 אַ״ז„פּאָגראָמען אין דער סאָװעטיש־ייִדישער פּאָעזיע“
מיט קאַטערינאַ קוזנעצאָװאַ
פֿיניסאַזש׃ מיטװאָך, 28סטן אױגוסט 2024, 19 אַ״ז
טאָג־טעגלעך 16—18 אַ״ז
בשעת די װײַטערדיקע פּראָגראַמען
און נאָך אָפּמאַך.
גאַלעריע צײַטזאָנע
אַדאַלבערטגאַס 79
10997 בערלין־קרײצבאַרג

פּראָגראַם | לידער און איבערזעצונגען טײל 1 | לידער און איבערזעצונגען טײל 2
דער אינטערנאַציאָנאַלער פֿרױענטאָג איז אַ װיכטיקער יום־טובֿ פֿאַר אונדז. הײַיאָר װעלן מיר אָבגעבן כּבֿוד די פֿרױען װאָס האָבן געשאַפֿן ייִדישע ליטעראַטור זינט די מיטל־עלטער.
מיר װעלן פֿאָרלײענען די װערק פֿון באַרימטע ייִדישע דיכטערינס, למשל קדיע מאָלאָדאָװסקי, ציליע דראַפּקין און רחל קאָרן, און אױכעט װײניקער באַקאַנטע אױטאָרינס.
אָבער מיר זאָלן נישט נאָר קוקן אױף דער פֿאַרגאַנגענהײט! דערפֿאַר אינעם צװײטן טײל װעלן פּרעזענטירן בערלינער ייִדישיסטקעס זײערע װערק, מוזיק, פּאָעזיע און איבערזעצונגען פֿון ייִדיש.
מיט:
ראָזאַמאָנד פֿאַן װינגערדען | אירקע זראָבאָק | סאַנדראַ ישראל-ניאַנג | סאַשאַ לוריא | רײזע מינצער־סװיני | יעל מערליני | מאַריאַ סטאַזשעראָװאַ | לויִזע פֿאַקלער | קאַטערינאַ קוזנעצאָװאַ
אַרײַנטריט בחינם, נדבֿות זענען זײער אָנגעלײגט.
דעם 8טן מאַרץ 2024, 18 אַ״ז
קונסט.שטאָט.מענטשן
אָראַניענבורגערר גאַס 32
10117 בערלין

שױן זײער באַלד, 4טן מײַ, הײבט זיך אָן דער פֿעסטיװאַל “שטעטל בערלין“! פֿיר טעג פֿון מוזיק, געזאַנג, טאַנצן, און ייִדישער קולטור אָט דאָ אין אונדזער שטאָט. מיר, ייִדיש.בערלין, װעלן אױך אָנטײלנעמען. שבת רעדן מיר אַ ביסל װעגן ייִדישער פּאָעזיע און זונטיק װעט שמועסקרײַז זײַן אַ טײל פֿונעם “פּאַב־קראָול“. קומט און פֿאַרבגרענגט מיר אונדז אין דער סבֿיבֿה פֿון הימלישע קלאַנגען.

עלזע לאַסקער־שילער האָט אים אָנגערופֿן „האַמיד“, אַרנאָלד צװײַג האָט אָנגשריבן אַ הקדמח פֿאַר אים און טאָמאַס מאַן האָט געזונגען די שבֿחים פֿון זײַן פּאָעזיע׃ אַבֿרהם נחום שטענצל, אַ בערלינער פֿון 1921 ביז 1936, איז געװען צװישן די סאַמע געראָטנסטע מאָדערנע ייִדישע דיכטערס אין דײַטשלאַנד בעת דער װײַמאַרער רעפּובליק, האָט ער פֿאַרלײגט דעם יסוד פֿון זײַנע פֿילזײַטיקע און שפֿעדיקע פּאָעטישע װערק אָט דאָ אין בערלין. צוזאַמען מיט דער שרײַבערין און קינסטלערין רחל ליכטנשטײן, דער מענטשעסטער שרײַבער־שול און דער מענטשעסטער פּאָעזיע־ביבליאָטעק פּרעזענטירט פֿאַר אײַך ייִדיש.בערלין אַ שיער נישט פֿאַרגעסענעם בערלינער.
די אױסשטעלונג גיט אַ בילד־ און טעקסט־אַרײַנפֿיר צו שטענצלס כּלערלײיִק לעבן, נעמט אַרײַן אױסצוגן פֿון די סקיצעביכער רחל ליכטנשטײנס און פּרעזענטירט אױך אַ ראַדיאָ־דאָקומענטאַר און אַ פֿילם לגבי שטענצל צום צוהערן און צוזען זיך אין דער גאַלעריע.
7 אַפּריל 2023, 20 אַ״ז׃ אױפֿעפֿענונג מיט אַ פֿילמװײַזונג װעגן שטענצל און אַ דיסקוסיע מיט רחל ליכטנשטײן
8 אַפּריל 2023, 20 אַ״ז׃ ייִדיש.בערלין לײענט אַבֿרהם נחום שטענצל
9 אַפּריל 2023, 16 אַ״ז׃ אָפֿענער לײענקרײַז
11 אַפּריל 2023, 19 אַ״ז׃ דריטער סדר אין סטיל פֿון „שמועס און װײַן“ (אױף מאַמע־לשון)
גאַלעריע צײַטזאָנע
אַדאַלבערטגאַס 79
10997 בערלין־קרײצבאַרג
