אַ בוך־פֿאָרשטעלונג מיט דעם היסטאָריקער בערי טראַכטנבערגן
28.05.2022, 19 אַ״ז
עס איז פֿאַר אונדז אַ גרױס פֿאַרגעניגן אײַך צו פֿאַרבעטן אױף אַ בוך־פֿאָרשטעלונג מיט דעם היסטאָריקער בערי טראַכטנבערגן, אַסאָציִיִרטער פּראָפֿעסאָר אױפֿן אוניװערסיטעט „װײק פֿאָרעסט“ און מחבר פֿונעם נײַעם בוך „דער חורבן און דאָס גלות פֿון ייִדיש. אַ געשיכטע פֿון דער אַלגעמײנער ענציקלאָפּעדיע“ (ראַטגערס אוניװערסיטעט־פֿאַרלאַג). אין זײַן שטודיע פֿאָרשט ער אױס די אַנטװיקלונגען פֿון אַ פּרױעקט װאָס האָט זיך אָנגעהױבן דװקא דאָ אין בערלין אין די 1930ער יאָרן מיט דעם ציל אַרױסצוברענגען אַן אַרומנעמיקע ענציקלאָפּעדיע פֿון אַלגעמײנעם װיסן אין גאַנצן געשריבן אױף ייִדיש. דער דאָזיקער חלום האָט זיך דורכױס איבערגעביטן במשך פֿון די יאָרן װען די רעדאַקטאָרן זענען אַנטלאָפֿן פֿון דעם נאַצישן רעזשים און זײערע לײענערשאַפֿט – די מזרח־אײראָפּעיִשע ייִדן – זענען פֿאַרטיליקט געװאָרן פֿונעם חורבן, זיך צעזייט און צעשפּרייט דורך דער מאַסן־מיגראַציע און זיך צעגאַנגען אין דער אַקולטוראַציע.
אין מיטן פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט האָט דער פּרױעקט אָנגעצונדן אַ גרױסע מחלוקת אין ייִדישע קולטורעלע און פּאָליטישע קרײַזן׃ צו װאָס־זשע אַ ייִדישע ענציקלאָפּעדיע? װעלכעס װיסן און װעלכע קוקװינקלען זאָל מען אַרײַננעמען אין אַזאַ פּובליקאַציע? אײדער די לעצטע בענד זענען אַרױס אין ניו־יאָרק אין די 1960ער יאָרן האָט דער נאָכמלחמהדיקע מצבֿ איבערגעפֿורעמט סײַ דעם ייִדיש־עולם סײַ די ענציקלאָפּעדיע גופֿא. טראַכטנבערג טענהט אַז ס’איז נישט סתּם אַ מעשׂה װעגן צעשטערונג און טראַװמע, נאָר אױכעט פֿון עקשנות און המשכדיקײט, אַזױ װי די רעדאַקטאָרן פֿון ענציקלאָפּעדיע האָבן זיך געשטרעבט אי אױפֿצוהיטן די ירושה פֿון דער ייִדישער קולטור אי צו דאָקומענטירן אירע כּמעט פֿולשטענדיקע אױסראָטונג צוליב דעם חורבן – און אין לעצטן סך־הכּל אָןצוװײַזן אַ װײַטערדיקער צוקונפֿט.
די בוך־פֿאָרשטעלונג מיט בערי טראַכטנבערג אױף ענגליש װעט מאָדערירן דזשײק שנײַדער פֿון ייִדיש.בערלין. דער עולם איז פֿאַרבעטן צו שטעלן פֿראַגעס, אַװדאי אױך אױף ייִדיש צי אױף דײַטש. די אונטערנעמונג איז פֿאַרבונדן מיט דער איצטיקער אױסשטעלונג פֿון ייִדיש.בערלין׃ „מגפֿה, מלחמה, מאַמע־לשון“, װאָס איר קענט זיך אָנקוקן אין דער גאַלעריע, אַרײַנגערעכנט קונסטװערק פֿון ה.י. פּסאָטאַ ז״ל, א. פוניזובסקי ברגלסון און אַ. בעק.
מער פּרטים (אױף ענגליש) װעגן דעם בוך קען מען לײענען אַז מע גיט אַ קװעטש דאָ אױפֿן װעבזײַטל פֿון ראַטגערס אוניװערסיטעט־פֿאַרלאַג.
28.5.2022
19 אַ״ז
Adalbertstr. 79, 10997 Berlin
גאַלעריע צײַטזאָנע
אַרײַנטריט בחינם
פֿאָרשטעלונג אױף ענגליש, מע קען שטעלן פֿראַגעס אױף ייִדיש צי דײַטש
עקזעמפּלאַרן פֿון בוך צום קױפֿן
בערי טראַכטנבערג פֿאַרנעמט די „רובין פּרעזידענטישע קאַטעדרע“ פֿון ייִדישער געשיכטע אױפֿן אוניװערסיטעט „װײק פֿאָרעסט“ אין צפֿון־קאַראָלײַנע (פֿש״אַ). ער איז אױך דער מחבר פֿון די ביכער „די רעװאָלוציאָנערע װאָרצלען פֿון מאָדערנעם ייִדיש, 1903–1917“ (2008) און „די פֿאַרײניקטע שטאַטן און דער נאַצישער חורבן. ראַסע, מיקלט און דערמאָנונג“ (2018).