23סטן נאָװעמבער: דערעפֿענונג פֿון דער אױסשטעלונג מילי | mili | Milly

arnt bek | ARNDT BECK | אַרנט בעק

mili | Milly | מילי

eine alte portraitfotografie, das gesicht bearbeitet mit roter farbe und schrift, darunter die buchstaben MILI in hebräischen schriftzeichen
מילי. איך בין נישט מסכּים. אַ. בעק, 2025.

קאָלעקטיװע קינסטלערישע פֿאָרשונג

מיט די פֿון אַרנט בעק איניצייִרטע קינסטלערישע פֿאָרשונג באַערט ייִדיש.בערלין אַן אױסערגעװײנטלעכע פּערזענלעכקײט: די פֿעמיניסטקע און אַנאַרכיסטישע אַקטיװיסטקע מילי װיטקאָפּ (1877—1955).

צוזאַמען מיט אַ קלײנעם לײענקרײַז האָט בעק אין פֿרילינג אָנגעהױבן צו זוכן מיליס שפּורן אין די ייִדישע אַרכיװן. איצטער די פֿאָרשונג אין אַ קאָלעקטיװער אױסשטעלונג װעלכע נעמט אַרײַן אױדיאָ, טעקסטן, מײל־אַרט (פּאָסטקונסט), קאָלאַזש און נאָך – כּדי אָפּצושאַצן מיליס אָנדענק, שטעלן קשיות װעגן איר לעבן און העכערן איר אָנזען – באַגלײט פֿון אַ רײ אונטערנעמונגען.

מילי איז געבױרן געװאָרן װי די בכורטה פֿון פֿיר טעכטער אין אַן אָרעמער, פֿרומער משפּחה פֿון שנײַדערס אינעם אוקראַיִנישן שטעטל זלאַטאָפּיל. װי אַ 17־יעריקע איז זי אײנע אַלײן איבערגעפֿאָרן קײן לאָנדאָן און גיך געװאָרן אַ טײל פֿון דער גרופּע אַרום דער ייִדיש־אַנאַרכיסטישער צײַטונג „אַרבעטערפֿרײַנד”, װי אױך צװישן די װיכטיקסטע אַקטיװיסטקעס פֿון דער ייִדישער אַרבעטער:קעס־באַװעגונג אין לאָנדאָן אין אָנהײב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.

אין לאָנדאָן האָט מילי איבערגעלעבט ברױזיקע, שטורעמדיקע צײַטן און איז אַלײן געזעסן אין תּפיסה און שפּעטער אַרױסגעשיקט געװאָרן פֿון לאַנד. אין די צװישן־מלחמהדיקע יאָרן האָט זי זיך באַזעצט אין בערלין און געשפּילט אַ גרױסן ראָלע אין דער סינדיקאַליסטישן פֿרױענבונד. באַלד נאָך דער שׂריפה פֿונעם רײַכסטאָג איז זי אַנטלױפֿן קײן שװײצאַריע און נאָך 1933 אין די פֿאַרײניקטע שטאָטן, װוּ זי האָט געלעבט נישט װײַט פֿון ניו־יאָרק ביזן סוף פֿון אירע טעג.

פּונקט צו איר 70סטער יאָרצײַט גיבן מיר אָפּ כּבוד צו אַ לעבן אין פּאָליטישן קאַמף פֿאַר אַ יושרדיקער און מענטשלעכער װעלט.

מער אין גיכן.

24.11.25—2.12.25
טאָגטעגלעך פֿון 11 אַ״ז.

דערעפֿענונג: נאָװעמבער 23, 16 אַ״ז.

מיט אַן אױדיאָ־פֿאָרשטעלונג פֿון סטודיאָ לערם און חנה ראָזנפֿעלד; אַ בינע־פֿאָרלײענונג פֿון יוסי לאַמפּעל, גולי דולבֿ־השילוני און אַרנט בעק. מוזיק פֿון זשעניע אָקס.

קאָלעקטיװע און אינדיװידועלע קונסטװערק פֿון יעל מערליני, זוזאַנאַ הערצבערג, אורי טור, צװישן אַנדערע.

25סטן נאָװעמבער, 19:30
רעפֿעראַט און פֿאָרלײענונג׃ מילי װיטקאָפּ-ראָקער אין בערלין, 1919 ביז 1933
מיטן קאָמיטעט פֿאַר געשיכטע און צוקונפֿט עף־אַ־או

27סטן נאָװעמבער, 19:30
ייִדישע פֿרױען׃ אַן אָװנט מיט מלכּה לי
פּרעזענטירט פֿון קאַטערינאַ קוזנעצאָװאַ און יעל מערליני

30סטן נאָװעמבער, 19:30
בוך־פֿאָרשטעלונג׃ רודאָלף ראָקער – די לאָנדאָנער יאָרן
מיט קלאַוס דעקער און טילמאַן לעדער

2טן דעצמבר, 19:30
פֿיניסאַזש

גאַלעריע צײַטזאָנע
אַדאַלבערטגאַס 79
10997 בערלין־קרײצבאַרג

querformat, postkarte. einladung zu der ausstellung mili, eröffnung am 23.11.25 in der galerie zeitzone berlin.
מילי. פֿאַרבעטונג צו דער אױסשטעלונג, 2025.