15.08.2024 — 28.08.2024
ייִדיש בערלין פּרעזענטירט:
יעװגעני פֿיקס
נאַטאָ אין ייִדישלאַנד
נאַטאָ אין ייִדישלאַנד, אַן אױסשטעלונג פֿון יעװגעני פֿיקס, סאַטיריזירט און דעקאָנסטרויִרט דעם סכּנת־נפֿשותדיקן פּאַטאָס פֿון פֿאַרברענטן נאַציאָנאַליזם, פּאַטריאָטיזם און מיליטאַריזם. זי בלײַבט עקשנותדיק בײַם נישט־מלוכישן קאָנצעפּט פֿון „ייִדישלאַנד“ װי אַ דרינגעװדיקע אַלטערנאַטיװ. ייִדישלאַנד פּרעטענדירט נישט אױף קײן שטח צי טערעטאָריע. נאַטאָ אין ייִדישלאַנד שפּיגלט אָפּ די קינסטלעכקײט פֿון נאַציאָנאַלע אײַנטײלונגען לױטן קוקװינקל פֿון ייִדיש־קולטור און אַשכּנזישער ציװיליזאַציע אין אײראָפּע. דעריבער פֿאָדערט זי דאָיִקײט, קאָזמאָפּאָליטיזם, מקף־אידענטיטעטן און פֿילשפּראַכיקײט.
***
בײַ דער אױסשטעלונג פּראַװען מיר אױך דעם 5טן יובֿל זינט דער גרינדונג פֿון ייִדיש.בערלין. דערװײַל האָבן אָן אַ שיִער מענטשן אַרײַנגעלײגט זײער אידעאַליזם, שעפֿערישקײט און טײַערע אומבאַצאָלטע אַרבעט אינעם שליחות צו קולטיװירן די פֿרוכטבאַרע ערד, פֿון װעלכער עס װאַקסט אַרױס אַ נײַע ייִדיש־סבֿיבֿה אין בערלין. צוליב דעם אַװעקפֿאַל פֿון אַ פֿינאַנצירונג אין דער לעצטער מינוט, האָבן מיר געדאַרפֿט באַצאָלן די הוצאָות פֿאַר דער אױסשטעלון פֿון די אײגענע קעשענעס. אַז איר האָט אַ גראָשן צװײ איבעריק, זײַט אַזױ גוט און שטיצט אונטער די אױסשטעלונג און די צוקונפֿט פֿון ייִדיש אין בערלין׃
גיט אַ בײַשטײַער איבער „פּײ־פּאַל“
[ייִדיש.בערלין בלײַבט אַן אומאָפּהענגיקע גרופּע אָן קײן מלוכישן סטאַטוס. דערפֿאַר זאַמלען מיר נדבֿות דורך אַ פּריװאַטער קאָנטע]
***
אױפֿעפֿענונג: דאָנערשטיק, 15טן אױגוסט 2024, 19 אַ״ז
יעװגעני פֿיקס װעט בײַזײַן.
מוזיק׃ זשעניאַ אָקס
קינסטלער־שמועס: זונטיק, 18טן אױגוסט 2024, 18 אַ״ז
מיט יעװגעני פֿיקס. דערצו׃ אַ װיזועלער קוק צוריק אױף 5 יאָר
ייִדיש.בערלין פֿון אַרנט בעק
„שמועס און װײַן“ + אָפֿענער מיקראָפֿאָן (בלױז פֿאַר ייִדיש־רעדערס)
מיטװאָך 21סטן אױגוסט 2024, 19 אַ״ז
לײען־װאַרשטאַט אױף ייִדיש און ענגליש׃ זונטיק, 25סטן אױגוסט 2024, 17 אַ״ז„פּאָגראָמען אין דער סאָװעטיש־ייִדישער פּאָעזיע“
מיט קאַטערינאַ קוזנעצאָװאַ
פֿיניסאַזש׃ מיטװאָך, 28סטן אױגוסט 2024, 19 אַ״ז
טאָג־טעגלעך 16—18 אַ״ז
בשעת די װײַטערדיקע פּראָגראַמען
און נאָך אָפּמאַך.
גאַלעריע צײַטזאָנע
אַדאַלבערטגאַס 79
10997 בערלין־קרײצבאַרג