(ליכטבילד־) רעפֿעראַט מיט אַרנט בעק
מיט פּונקט 10 יאָר צוריק איז העלמוט י. פּסאָטאַ ע״ה ניפֿטר געװאָרן – אָן גרױס אױפֿמערק. אַרנט בעק געדענקט אַן אידיאָסינקראַטישן קינסטלער װעלכער האָט געזאַמלט װיכטיקע איבערלעבענישן פֿון זײַן אַנטװיקלונג אין לאַטײַן־אַמעריקע, קלערט אױף זײַן אַרבעט מיט פּסאָטאַס ירושה און װײַזט אָן משלים פֿון קאָנטעקסטן און מאָטיװן אין פּסאָטאַס װערק.
די אױסשטעלונג עפֿנט זיך 18 אַ״ז – צום לעצטן מאָל.
אַרנט בעק אַרבעט פֿאַר זיך װי אַ קינסטלער, בעיקר אין פֿאָטאָגראַפֿיע, צײַכענונג און טעקסט. בבֿחינת ה.י. פּסאָטאַס יורש פֿאַרטרעט ער פּאָסטאַס װערק װי זײַנע אײגענע. שױן עטלעכע יאָר אַרבעט ער אױך אינטענסיװ מיט ייִדיש און איז אײן פֿון די מיסדים פֿון ייִדיש־בערלין.
דאָנערשטיק, דעם 29טן דעצעמבער 2022, 20 אַ״ז
לכּבֿוד דער אױסשטעלונג מיר זענען דאָ [פֿאָטאָגראַפֿיעס]
געעפֿנט פֿון 18 אַ״ז אָן
רעפֿעראַט אױף דײַטש.
נאָװילאַ
האַסלװערדער שטראַסע 22
12439 בערלין־שענעװײַדע
אַרײַנטיט בחינם – בײַשטײַער אָנגעלײגט
מיט דער פֿרײַנדלעכער שטיצונג פֿון דער פּאַרטנערשאַפֿט פֿאַר דעמאָקראַטיע שענעװײַדע מיט געלטער פֿון דער פֿעדעראַלער פּראָגראַם „באַלעבן דעמאָקראַטיע”